![]() | ||||
| ||||
|
מאַרץ - אַפּריל ,2008
|
ליבער לייענער
ליבער לייענער,
מיר טרעטן אַרײַן אין אַ נײַעם פֿרילינג: עס דערנעענטערט זיך פּסח, דער יום־טובֿ פֿון פֿרילינג, פֿון באַנײַונג און באַפֿרײַונג. מיר װײסן נאָך אָבער נישט װאָס זיי װעלן אונדז ברענגען װען מיר װעלן נאָך פּסח אָפּצייכענען דעם 60־סטן געבורטסטאָג פֿון דער מדינה. דער שלום קלאַפּט נאָך אַלץ נישט אין דער טיר. אויך נישט משיח. דאַקעגן זאַגט מען אונדז צו אַן עקאַנאָמישע דעפּרעסיע נאָך די "זיבן גוטע יאָר". דאָס איצטיקע, דאָס אַכטע יאָר פֿון דעם דריטן מילעניום, צײכנט זיך אָן פֿאַר דער װעלט - װי דאָס יאָר פֿון דעם ערשטן גרויסן קריזיס פֿון דער גלאָבאַלי זאַציע - אַזוי װי יענער קריזיס פֿון 1929, מיט 79 יאָר צוריק, איז געװען דער אָנזאָג פֿון די קאַטאַסטראָפֿעס, װאַס דער אימפּעריאַליסטיש־קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם האָט געבראַכט דער מענטשהײט אין דעם פֿאָרגאַנגענעם, דעם 20־סטן, יאָרהונדערט. די גלאָבאַליזאַציע האַט אויסגעזען צו זײַן דאָס רעטונגס־ברעט פֿון דעם קאַפּיטאַליסטישן סיסטעם, אין װעלכן אַ מענטש צו אַ מענטש איז אַ װאָלף - אַ סיסטעם פֿון מלחמות, פֿון הערשן מיטן כּוֹח פֿון ממון, פֿון געלט, פֿון פֿיזישער אויסנוצונג און מאָראַלישער דערנידעריקונג, פֿון אומרעכט און פֿון שׂנאה. װען י. ל. פּרץ האָט אין זײַן באַרימטער פּאָעמע געשריבן "מײן נישט די װעלט איז אַ קרעטשמע" און "מײן נישט די װעלט איז אַ בערזע" - האַט ער אין דער קרעטשמע געזען דעם קאַפּיטאַליזם, און אין דער בערזע האָט ער, װי עס שײַנט, פֿאָרויסגעזען די גלאָבאַליזאַציע: דאָס גאַנצע לעבן פֿון מענטשן איז געװאַרן אונטערגעװאָרפֿן דער בערזע. די פֿאַרשיידענע פּענסיע־פֿאַנדן פֿאר עלטער, פֿאַר לעבנס־פֿאַרזיכערונג און פֿאַר אַלע מענטשלעכע באַדערפֿענישן זענען אויסגעשטעלט אויף די ספּעקולאַציעס פֿון די געלט־מאַגנאטן אויף דער בערזע: פֿון דעם קראַך אויף דער ניו־יאָרקער בערזע צוליב די הלוואות און קרעדיטן פֿון די בענק, האַבן מיליאַנען מענטשן פֿאַרלוירן זייערע אַפּשפּאָרונגען, און אויד די גרויסע אַקציאָנערן האָבן "פֿאַרשפּילט" אויף דער בערזע 45 מיליאַרד דאַלאַר אָדער מער - האַבן זײ אַבער געװוּ נען פֿון די ספּעקולאַציעס, פֿון די "האָסן” אין "בעסן" - אין דער צײַט װען מיליאַנען מיטגלידער פֿון די דורכגעפֿאַלענע פּענסיע־פֿאָנדן האָבן פֿאַרשפּילט זייערע פּענסיעס און רענטעס. װינטשן מיר דיר, ליבע לייענער, אַ בעסערע מערכה אין דער װעלט, װאָס איז געװאָרן אַ בערזע. מיט חבֿרשאַפֿט - יצחק לודען אין די איצטיקע טעג - די לעצטע טעג פֿון חוֹדש מערץ און די ערשטע פֿון אַפּריל - האָט זיך פּלוצים אויפֿ געװעקט פֿון דרימל די פּאָליטישע אַקטיװיטעט אַרום דעם "פּראָצעס פֿון אַנאַפּאָליס" צו לייזן דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. מיטאַמאָל שאַפֿט זיך דער אײַנדרוק, װי די מדינה־מנהיגים פֿון דעם ראַיאָן און זײערע אַפּוטרופּסים אין מערבֿ און אין מיזרח װאָלטן זיך פּלוצעם דערמאָנט אין דער דרינגענדקייט צו פֿאַרזיכערן די סטאַביליטעט אין דעם ראַיאָן, און װי זיי װאַלטן אויף אַן אמת געגלויבט, אַז די באַנײַטע באַמיִונגען װעלן ברענגען אַ טאָלק און אַז עס לאָזט זיך עפּעס דאָ דערגרייכן בײַ די איצטיקע אומשטאַנדן. |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען