![]() | ||||
| ||||
|
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2010
|
װען עס װעט אַרעסטירט װערן אין אויסלאַנד דער ערשטער ישׂראלדיקער זעלנער, אָפֿיציר אָדער מנהיג צוליב דער מלחמה אין עזה (גאַזאַ), װעט דער ריכטער ריטשאַרדגאָלדסטאָון נישט קענען פֿאַרשרײַבן דעם אַרעסט בלויז אויף זײַן חשבּון. עס זענען פֿאַראַן צװײ װאָס האָבן יורידיש בײַגעשטײַערט מער פֿון אים צום עפֿענען די גענג קעגן ישׂראלים אין אויסלאַנד: דער מיליטערישער הויפּט־פּראָקוראָר אבֿיחי מאַנדעלבליט, און דער יורידישער ראַטגעבער פֿון דער רעגירונג, מֶני מַזוז (לייען: מעני מאַזוז). דער גאָלדסטאָון־באַריכט איז נישט דער ערשטער אינטערנאַציאָנאַלער דאָקומענט װאָס שטעלט פֿעסט, אַז ישׂראל האָט פֿאַרלעצט דעם אינטערנאַציאָנאַלן געזעץ. און עס זענען געװען נאָך פֿאַר אים צענדליקער ראַפּאָ (ליבערמאַן: מיר האָבן געװאַרט 16 יאָר – מיר קענען װאַרטן נאָך 16 יאָר... – ל"פֿ). דעם 13־טן סעפּטעמבער פֿון יענעם יאָר איז געװאָרן 16 יאָר נאָכן אונטערשרײַבן די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ - דעם פּרינציפּן־אָפּמאַך מיט די פּאַלעסטינער. בלויז אַ קורצע דערמאָנונג פֿון דעם זאַץ פֿון פֿינף װערטער: מיר װעלן נאָך בענקען נאָך אָסלאָ. און װער װעט בענקען מער פֿון אַלע? די מענטשן פֿון רעכטס, די קאָלאָניסטן, די װאָס האָבן אויפֿגעהויבן אַ ביטערן געשרײ מיט 16 יאָר צוריק און פֿון זײערע ראַנדן איז אַרויסגעקומען דער מערדער פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער. דאָס עם־הארצות און היצקעפּיקייט־ װאָס באַגלײט ביז הײַנט אַ טײל פֿון די רײד און אויפֿפֿירונג פֿון די קעגנערס פֿון אָסלאָ דעמאָלט דרינגט אַרויס פֿון דעם טרויעריקן פֿאַקט, װאָס איז שוין דעמאָלט געװען זײער צוגאַנג: פֿאַרדרײט אונדז נישט דעם מוֹח מיט פֿאַקטן. דעם פּרײַז צאָלן - און װעלן באַצאָלן - נאָר זײ פֿריִער פֿון אַלעמען. למשל, װען ס'איז אויפֿגעקומען די רעגירונג פֿון נתניהו, די סאָמע אָנגעבלאָזנסטע אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה, איז אויסגעאיבט געװארן אַ קריטיק איבער דער סקאַנדאַליעזער צאָל פֿון אירע מיט־ גלידער. די טענות האָבן זיך קאָנצענטרירט אויף דער פֿאַרשװענדערישקייט פֿון געזעלשאַפֿטלעכע־ געלטער, אויף דעם מוסטער פֿאַרן ציבּור, אויף דער פֿאַרגוֹלמטקײט און דעם ריח פֿון פּאָליטישער קאָרופּציע. איצט װײַזט זיך אַרויס, אַז עס האָט זיך באַהאַלטן הינטער דעם אַ סך אַ גרעסערע סכּנה. זײ זײַנען פּשוט נישט מסוגל צו פֿאַרמאַכן אויף קײן רגע דאָס מויל, די דאָזיקע מיניסטאָרן און װיצע־מיניסטאָרן. זײ זיצן זיך אין אַ רעגירונג אָן יוסי פּלד װערט אינטערװיִואירט אין באר־שבֿע און איז זיך מתחײבֿ צו אַ נײַער מלחמה אויפֿן צפֿון נאָך אין איצטיקן יאָר. דניאל הערשקאַװיץ באַרימט זיך אויף דער זיצונג פֿון דער רעגירונג מיט די אויפֿ־ טוען פֿון דעם "מוסַד". אהוד בּרק פּראָקלאַמירט פֿאַר הויכע אַפֿיצירן אַז דער שטילשטאַנד אין |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען