![]() | ||||
| ||||
|
נאָוועמבער - דעצעמבער ,2011
|
אונדזער מאַגאַזין ברענגט צום אויסדרוק אַן אייגנאַרטיקן צוגאַנג צו די פּאָליטישע פּראָבלעמען פֿון דער וועלט און פֿון מדינת ישראל, וועגן איר אָרט אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער אַרענע, װי אויך פֿון די גרויסמאַכטן, די איסלאַמישע וועלט, די גלאָבאַליזאַציע-פּראָצעסן אדג"ל.
עס האָט געדאַרפֿט קומען צו דעם אומפֿאַר־ מײַדלעכן װילדן לעכן דעם אומ אָנפֿאַל פֿון די ייִדישע טעראָריסטן, קעגן צה"ל - אַז די רעגירונג זאָל ענדלעך אָננעמען דעצידירטע שריט קעגן דעם אָנגייענדיקן ייִדישן טעראָר אויף יענער זײַט פֿון דער שוין פֿאַרגעסענער און פֿאַרלײקנטער "גרינער ליניע". דאָס אונטערצינדן אין די פּאַלעסטינער דערפֿער זעקס מעטשעטן אין די לעצטע טעג, די העצערישע גראַפֿיטי־אויפֿשריפֿטן "כּהנא חי" און "תּג מחיר" אויף די פֿאַרסמאַליעטע ווענט פֿון די פֿאַרברענטע תּפֿילה־הײַזער, און אַפֿילו דאָס כּסדרדיקע מבֿזה זײַן און שפּײַען אויף די סאָלדאַטן, װאָס באַשיצן די ייִדישע קאָלאָניעס שוין באַלד 45 יאָר - דאָס אַלץ האָט אַזוי נישט אַרויסגעפֿירט די מאַכט־אָרגאַנען װעלכע געפֿאַר איז געפֿערלעכער? דער פּרעמיער נתּניהו האָט אין זײַן איצטיקער צװײטער קאַדענץ אַ סך מער מזל, װי אין דער ערשטער: יעדעס מאָל װען ער שטײט פֿאַר אַ וועלכער־עס־איז געפֿאַר, קומט אים אונטער אַ צװײטע, מעג זײַן אַ שװערערע, װאָס לײזט אים אויס פֿון דער ערשטער... װען עס איז "אויסגעבראָכן" דעם זומער די אַ"ג "קאָטעדזש־רעװאָלוציע" און עס איז אויפֿגעקומען די פּראָטעסט־באַװעגונג אין די געצעלטן אויף דעם ראָטשילד־בולװאַר אין תּל־אַבֿיבֿ, און נתּניהו האָט נישט געװוּסט װאָס צו טאָן מיט זיך אין אָנבליק פֿון דער אַלגעמײנער סימפּאַטיע צו דער באַװעגונג פֿאַר סאָציאַלן צדק - איז אים אונטערגעקומען דער פּאַלע־ סטינער סעפּטעמבער - די פּאָליטישע אָפֿענסיװע פֿון די פּאַלעסטינער אין דער יו־ען פֿאַר אָנערקענען זײער אומאָפּהענגיקייט. און װען ישׂראל איז געװאָרן אַװעקגעשטעלט פֿאַר דעם פּאַלעסטינער פּאָליטישן נצחון, איז אים אונטערגעקומען דער "נס" פֿון דעם איראַנישן אַטאָם־װאָפֿן, מיטן פֿאַרעפֿנטלעכן דעם באַריכט פֿון דער אַטאָמישער קאָמיסיע בײַ דער יו־ען און נתּניהו |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען