![]() | ||||
| ||||
|
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2010
|
אינדאַנעזיע, הײַנט די גרעסטע מוסולמענישע מדינה, איז ביז 1949 געװען אַ האָלענדישע קאָלאָניע. 88% פֿון אירע 230 מיליאָן אײַנװױנער זײַנען מוסול־ מענער, אָבער 71% פֿון זײ האָבן זיך דעקלאַרירט װי טראַדיציאָנעלע און האָבן זיך אַרויסגעזאָגט פֿאַר אָפּשײדן די רעליגיע פֿון דער מדינה. אין דזשאַקאַרטאַ, די הויפּטשטאָט פֿון אינדאָנעזיע, דאַװנען מענער און פֿרויען צוזאַמען. דאָס איז נישט, װי מ'קען מײנען, אין אַ ייִדישער רעפֿאָרם־שול, נאַר אין דעם גרויסן מעטשעט "איל איסטיקלאַל", דעם "פֿרײַהײט־טעמפּל" אין דער גרעסטער מדינה פֿון איסלאַמישן גלויבן. מענער און פֿרויען דאַװנען דאָרט אין באַזונדערע טײלן פֿון דעם זעלבן תּפֿילה־ זאַל אָבער אָן אַ מחיצה צװישן זײ. אין מיטן דער װאָך קאָן מען אויך זען דאַװנענדיקע פֿרויען און מענער אײנער נעבן דעם אַנדערן. אין אינדאַנעזיע איז דער איסלאַם אָנגענומען געװאָרן מחמת אירע דער "ביג בען", דער סימבאָל פֿון לאָנדאָן, איז דעם 11־טן יולי אַלט געװאָרן 150 יאָר. דער זייגער־ טורעם איז העבער פֿון דעם פּאַלאַמענט־בנין און זײַנע קלאַנגען פֿארהילכן די שטאָט ביז װײַט. פֿאַקטיש איז ער "געבוירן געװאָרן" דעם 31־סטן מײַ 1859, אָבער דער אָפֿיִציעלער געבורטס־טאָג איז געװאָרן באַשטימט אויף דעם 11־טן יולי, װען זײַנע גלאָקן האָבן אָנגעהויבן צו קלינגען. הײַנטיקס יאָר איז דער זייגער־טורעם געװאָרן פֿײַערלעך באַלויכטן אין זײַן גאַנצער הײך פֿון זײַנע 96 מעטער, און 10 אזייגער בײַנאַכט האָט אויפֿגעלויכטן |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען