![]() | ||||
| ||||
|
נאָוועמבער - דעצעמבער ,2011
|
מדינת ישראל, װאָס עס קומט פֿאָר אין איר, אַרום איר און אויסער איר. די באַפֿעלקערונג, אירע דערוואַרטונגען און פֿילזייטיקע פּראבלעמען אין דער פּאָליטיק, אין דער ווירטשאַפֿט, געזעלשאַפֿט, באַציונג צו דער אַראַבישער מינדערהייט אאַז"וו.
שבת פֿאַרטאָג, דעם 17־טן דעצעמבער 2011, איז אַװעק פֿון דער װעלט דער סעקרעטאַר פֿון דעם אַרבעטער־רינג - ברית העבודה אין ישׂראל. אין עלטער פֿון 89 יאָר האָט אים דער טויט ממש אויסגעלײזט פֿון די יסורים פֿון זײַן געראַנגל מיט זײַן האַרצקראַנקייט, פֿון װעלכער ער האָט געליטן די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן. יוסף פֿרײַנד איז געװען אַן איבערגעגעבענער בונדיסט זינט זײַנע ייִנגסטע יאָרן, װען ער איז, נאָך אַלס קינד, געװען אַ מיטגליד אין סאָציאַליסטישן קינדער־פֿאַרבאַנד "סקיפֿ" און האָט זײַן גאַנץ לעבן זיך געפֿילט פֿאַרפֿליכטעט צו לעבן לויט די עטישע געבאָטן פֿון דער באַװעגונג.
אין יאָר 1957 געקומען קיין ישׂראל און זיך גלײַך אָנגעשלאָסן אַקטיוו אין דער בונדישיער אָרגאַניזאַציע, אין דער זעלבער צײַט אַדורכגעמאַכט אַ פּראָפֿעסיאָנעלע אויסשולונג אין דעם טעקסטיל־פֿאַך און געװאָרן אַרבעט־אינסטרוקטאָר אויף אַ הויכן גראַד אין דער באַװוּסטער "פּאָלגאַט"־ אונטערנעמונג אין אשדוד. אין זכות פֿון זײַן װאַרעמער באַציִונג און זאָרג פֿאַר די חבֿרים איז ער געװאָרן אויסגעװײלט אין יאָר 2001 פֿאַר דעם סעקרעטאַר פֿון דער בונדישער אָרגאַניזאַציע אין ישׂראל און אויך פֿון איר עיקרדיקן זײַל פֿון קעגנזײַטיקער הילף און זאָרג: דעם אַרבעטער־רינג אין ישׂראל. װען דער רעזשיסער פֿונעם פֿילם "בונדיסטן אין ישׂראל", עראַן טאָרבינער, האָט אים אינטערװיוּירט פֿאַרן פֿילם און אים געפֿרעגט, װער זײַנען איצט זײַנע נאָענטסטע חבֿרים - האָט ער אים געענטפֿערט, אַז זײַנע נאָענטע חבֿרים זײַנען נאָר די פֿון "בונד", און אַז דער בונד איז זײַן משפּחה, זײַן װאַרעמע געזעלשאַפֿט־ לעכע הײם. אַ היפּשער עוֹלם האָט באַגלייט דעם פֿאַרשטאָרבענעם אויף דער לוויה, װאָס איז פֿאָרגעקומען דעם אַנדערן טאָג אינדערפֿרי אויף דעם בית־עוֹלם הירקון הינטער תּל־אַבֿיבֿ. דעם ניפֿטר האָבן מספּיד געװען: יצחק לודען, בעלאַ בריקס־קליין און עראַן טאָרבינער, דער יונגער רעזשיסער פֿון דעם דאָקומענטאַר־פֿילם "בונדיסטן אין ישׂראל". י. ל . װעלכע געפֿאַר איז געפֿערלעכער? דער פּרעמיער נתּניהו האָט אין זײַן איצטיקער צװײטער קאַדענץ אַ סך מער מזל, װי אין דער ערשטער: יעדעס מאָל װען ער שטײט פֿאַר אַ וועלכער־עס־איז געפֿאַר, קומט אים אונטער אַ צװײטע, מעג זײַן אַ שװערערע, װאָס לײזט אים אויס פֿון דער ערשטער... װען עס איז "אויסגעבראָכן" דעם זומער די אַ"ג "קאָטעדזש־רעװאָלוציע" און עס איז אויפֿגעקומען די פּראָטעסט־באַװעגונג אין די געצעלטן אויף דעם ראָטשילד־בולװאַר אין תּל־אַבֿיבֿ, און נתּניהו האָט נישט געװוּסט װאָס צו טאָן מיט זיך אין אָנבליק פֿון דער אַלגעמײנער סימפּאַטיע צו דער באַװעגונג פֿאַר סאָציאַלן צדק - איז אים אונטערגעקומען דער פּאַלע־ סטינער סעפּטעמבער - די פּאָליטישע אָפֿענסיװע פֿון די פּאַלעסטינער אין דער יו־ען פֿאַר אָנערקענען זײער אומאָפּהענגיקייט. און װען ישׂראל איז געװאָרן אַװעקגעשטעלט פֿאַר דעם פּאַלעסטינער פּאָליטישן נצחון, איז אים אונטערגעקומען דער "נס" פֿון דעם איראַנישן אַטאָם־װאָפֿן, מיטן פֿאַרעפֿנטלעכן דעם באַריכט פֿון דער אַטאָמישער קאָמיסיע בײַ דער יו־ען און נתּניהו |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען