![]() | ||||
| ||||
|
נאָוועמבער - דעצעמבער ,2011
|
פּוטינס יידישער ראַספּוטין
די פֿעלקער פֿון רוסלאַמד האָבן שוין איבערגעלעבט איװאַן גראָזני (איװאַן דעם גרויזאַמען) דעם צאַר ניקאָלאַי און אַלע אַנדערע צאַרן, און אויך דעם מיטאָלאָגישן פּאָפּ ראַספּוטין, דעם יוֹעץ פֿון די צאַרן, און סטאַלינען - און שוין דערגאַנגען צו דעם איצטיקן הערשער וולאַדימיר פּוטין, דעם ערשטן דעמאָקראַטיש געװײלטן רוסישן צאַר. ער װערט אָבער דורך אַלע נײטראַלע אָבסער־ װאַטאָרן באַשולדיקט אין פֿעלשן די װאַלן, װאָס האָבן געגעבן זײַן פּאַרטיי אַזאַ גרויסע מערהייט שטימען. אָבער - "קאק בידאַ טאָ דאָ זשידאַ": װען אַ צרה גײט מען צום ייִד. דער ייִד איז אָבער געקומען צו אים אין דער ראָל פֿון אַ ראספּוטין און האָט אים געברענגט פֿון ירושלים דעם ייִדישן הכשר, אַז די װאַלן זײַנען געװען רײן, קאָרעקט און דעמאָקראַטיש. דער יועץ איז געװען... אַבֿיגדור ליבערמאַן.
די װעשערײַ פֿון שאַנדפֿלעקן דעם 7־טן דעצעמבער 2011 האָט זיך פֿאַר קלאַפּט די אײַזערנע טיר הינטער דעם ערשטן בירגער פֿון דער מדינה, איר געװעזענעם פּרעזידענט, אויף װעמען דאָס געריכטװעזן האָט גוֹזר געװען אַ שטראָף פֿון זיבן יאָר טורמע פֿאַר באַגיין שאַנדאַקטן איבער פֿרויען, דערונטער צוויי פֿאַרגװאַלדיקונגען פֿון צװײ אָנגעשטעלטע אין זײַן קאַנצעלאַריע. מיט אַ חוֹדש פֿריִער האָט דאָס קרײַזגעריכט אַרויסגעטראָגן דעם אורטייל און דער בית דין של צדק - דער העכסטער טריבונאַל פֿאַר גערעכטיקייט - האָט אים איצט איינשטימיק באַשטעטיקט. דער ערשטער בירגער משה קצבֿ איז געװאָרן געמישפּט אַזוי װי יעדער בירגער און איז צוגעשטאַנען, װי אַ צענטער צום מנין, צו די אַנדערע "סעלעבריטיס", די פֿיר געװעזענע מיניסטאָרן און פֿינף כּנסת־דעפּוטאַטן, װאָס קומען אָפּ זייערע שטראָפֿן פֿאַר קאָרופּציע און פֿאַר מיבסברויכן מיט זייערע הויכע מלוכישע פֿונקציעס. אַזוי אַרום איז דאָס געריכטװעזן געװאָרן די װעשערײַ פֿון שאַנדפֿלעקן, מיט װעלכע אירע מנהיגים האָבן באַפֿלעקט די מדינה.
צו אַ דיקטאַטור פֿון אַ מערהייט איצט װערט די אַרענע פֿון דער כּנסת אויסגע־ נוצט דורך דער רעאַקציאָנערער רעגירונג צו פֿאַרגװאַלדיקן די דעמאָקראַטיע, און מיט איר הילף אײַנצופֿירן אַ מין "פּאַרלאַמענטאַרישע דיקטאַטור" פֿון דער מערהייט. פֿאַר דעם צװעק האָט נתּניהו צוזאַמענגעברענגט אַלע עלעמענטן פֿון דעם רעכטן לאַגער - פֿון דעם דעזערטיר פֿון "עבֿודה", אהוד ברק, ביז דעם כּהנא־ טעראָריסט איתּמר בן גביר, מיט ליבערמאַנס "ישׂראל ביתּנו" און מיט אַלע רעליגיעזע פּאַרטײען. און עס האָט גענומען זיך שיטן אין דער כּנסת אַ האָגל פֿון אַנטי־דעמאָקראַטישע געזעצן, קעגן װעלכע די ליבע־ ראַלע מינדערהייט איז געבליבן אומבאַהאָלפֿן.
פֿרויען ראַוס! אין דעם לעצטן יאָרצענדליק איז דרײַפֿאַכיק געשטיגן די צאָל מלוכיש־רעליגיעזע שולן אין וועלכע ייִנגלעך און מײדלעך לערנען באַזונדער. דאָס איז איינער פֿון די סימנים און רעזולטאַטן פֿון דער גאַלאָ־ פּירנדיקער עקספּאַנסיע פֿונעם רעליגיעזן פֿונדאַמענ טאַליזם אין אַלע געביטן פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן אין דער מדינה. אַזוי אין ציװילן לעבן, װי אין לעבן פֿון דער אַרמײ, װאָס װערט אַלץ מער און מער באַהערשט פֿון די פֿאַנאַטיש פֿרומע. דער ערשטער קרבן פֿון דער פֿונדאַמענטאַליס־ טישער אָפֿענסיװע זענען געװאָרן די פֿרויען, װעלכע זײַנען, אונטערן רעליגיעזן צװאַנג, פֿאַרשװוּנדן פֿון די פּאָסטער־שטאַנדן אויף די גאַסן פֿון ירושלים, נאָך זײ די זינגערינס אויף די בינעס פֿאַר די סאָלדאַטן, דערנאָך די ברוטאַלע אָפּשײדונגען אין די "כּשרע" אויטאָבוסן, װי אויך אין אַנדערע עפֿנטלעכע ערטער - און אַזוי װערט אַ דיקטאַטור פֿון אַ דעמאָקראַטי־ שער מערהייט פֿאַרװאַנדלט אין אַ דיקטאַטור פֿון אַ פֿאַנאַטישער מינדערהייט.
דער נצחון פֿון ראַבינס מערדער פֿון די 120 רעפּרעזענטאַנטן פֿון פֿאָלק האָבן בלויז 67 באַװיליקט זיך צו באַטײליקן אין דער אָפֿיציעלער טרויער־זיצונג צום 16־טן יאָרטאָג נאָכן מאָרד פֿון דעם פּרעמיער יצחק ראַבין. 53 געװײלטע כּנסת־ דעפּוטאַטן האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו באַערן דעם אָנדענק פֿון דעם מאַן, דעם קרבן פֿון זײער שׂינאה און העצע, װאָס צו זײַן לװיה זענען דעמאָלט, מיט זעכצן יאָר צוריק, געקומען 83 מלוכה־מנהיגים פֿון דער גאָרער װעלט. די אָפּװעזנהייט פֿון די דאָזיקע 53 דעפּוטאַטן פֿון דעם מלוכישן אָנדענק־אַקט אין ישׂראלדיקן פּאַרלאַמענט איז אַ רעזולטאַט פֿון דער זעלבער אַטמאָספֿער, פֿון דער אויפֿסנײַ אויפֿגעװעקטער שׂינאה, װאָס האָט דעמאָלט געפֿירט צו דעם מערדערישן אַקט, און איצט - צו זײַן גרינגשאַצונג ביז צו זײַן בהדרגהדיקער באַרעכטיקונג און צו זײַן נאָענט־צוקונפֿטיקער לעגיטימאַציע. דער גרויסער אונטערשײד באַשטייט נאָר אין דעם, װאָס דעמאָלט, אין דער צײַט פֿון דעם מאָרד, האָבן די העצערס געהערט צו דער אָפּאָזיציע, צו די קעגנערס פֿון דער מאַכט - כאָטש אַ טייל פֿון זײ האָבן דעמאָלט חרטה געהאַט, - בעת הײַנט געהערן זײ שוין צו דער הערשנדיקער קאָאַליציע, זײער השפּעה װאַקסט אָן אויפֿהער און אויך זײער חרטה איז שוין געװאָרן פֿאַרגעסן. אַנשטאָט דעם, פֿאַרמערט און פֿאַרשטאַרקט זיך די קאָלאָניזאַציע אויף די אָקופּירטע שטחים אין דער צײַט װען דער שלום־ פּראָצעס איז געװאָרן בלאָקירט, עס מערן זיך די כוליגאַנישע אָנפֿאַלן פֿון די קאָלאָניסטן־קינדער קעגן די פּאַלעסטינער פֿאַלאַכן אין די שכנותדיקע דערפֿער, דאָס אונטערצינדן און פֿאַרברענען מוסולמענישע מעטשעטן, די אויפֿשריפֿטן אויף די מויערן: "אַ טויט די אַראַבער" אונטערן דעװיז פֿון דעם "תג מחיר" - דער פּרײַז־עטיקעט, װאָס װערט אויפֿגע־ מאָנט פֿון די פּאַלעסטינער פֿאַר פּרובירן באַשטראָפֿן די פֿאַרברעכערישקייט פֿון די ייִדישע קאָלאָניסטן. און לסוף - דאָס אינטענסיװע אונטערגראָבן די ישׂראלדיקע דעמאָקראַטיע דורך צוימען דעם פֿרײַען געדאַנק, באַגרענעצן ביז באַרויבן די רעכט פֿון די מינדערהייטן און די בירגערלעכע מענטשנרעכט בכלל דורך דער סיסטעמאַטיש צוגעאײַלטער אַנטי־ דעמאָקראַטישער געזעץ־געבונג אין נאָמען פֿון דער "ייִדישער און דעמאָקראַטישער מדינה". נאָר אין זעלטענע פֿאַלן װערן די ייִדישע פֿאַרברעכער אַרעסטירט, און װען יאָ, װערן זײ במילא באַפֿרײַט, װײַל זײ געניסן פֿון דער פֿולער דעקונג פֿון דער פֿאַרװאַלטונג פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע. דאָס אָפּמערקן דעם יאָרטאָג פֿון יצחק ראַבין אין די שולן איז אַ געזעצלעכע פֿליכט - אָבער סײַ אין די ישיבֿות און סײַ אין די אָרטאָדאָקסישע שולן, װי אויך אין אַן ערך 50% פֿון די מלוכישע רעליגיעזע שולן װערט די דאָזיקע פֿליכט איגנאָ־ רירט. אַזוי אַרום װערט צוגעגרייט דער באָדן - דורך דער דערציִונג און דער בהדרגהדיקער דע־ לעגיטימאַציע -פֿאַר דער באַגנעדיקונג פֿון דעם רוצח אין דער צוקונפֿט און פֿאַר דער פֿאַרלײקענונג פֿון דעם פֿאַרברעכן, װי אויך פֿאַר דער פֿאַרלײקענונג פון יצחק ראַבינס ראָל אין דער געשיכטע... און דער מערדער? - דער מערדער וועט װערן דער גיבור, װאָס האָט מנצח געװען דעם גאַנג פֿון דער געשיכטע און האָט זי אָפּגעװענדט צו איר פֿינצטערן המשך.
נתניהוס נײַע נסים װעלכע געפֿאַר איז געפֿערלעכער? דער פּרעמיער נתּניהו האָט אין זײַן איצטיקער צװײטער קאַדענץ אַ סך מער מזל, װי אין דער ערשטער: יעדעס מאָל װען ער שטײט פֿאַר אַ וועלכער־עס־איז געפֿאַר, קומט אים אונטער אַ צװײטע, מעג זײַן אַ שװערערע, װאָס לײזט אים אויס פֿון דער ערשטער... װען עס איז "אויסגעבראָכן" דעם זומער די אַ"ג "קאָטעדזש־רעװאָלוציע" און עס איז אויפֿגעקומען די פּראָטעסט־באַװעגונג אין די געצעלטן אויף דעם ראָטשילד־בולװאַר אין תּל־אַבֿיבֿ, און נתּניהו האָט נישט געװוּסט װאָס צו טאָן מיט זיך אין אָנבליק פֿון דער אַלגעמײנער סימפּאַטיע צו דער באַװעגונג פֿאַר סאָציאַלן צדק - איז אים אונטערגעקומען דער פּאַלעסטינער סעפּטעמבער - די פּאָליטישע אָפֿענסיװע פֿון די פּאַלעסטינער אין דער יו־ען פֿאַר אָנערקענען זײער אומאָפּהענגיקייט. און װען ישׂראל איז געװאָרן אַװעקגעשטעלט פֿאַר דעם פּאַלעסטינער פּאָליטישן נצחון, איז אים אונטערגעקומען דער "נס" פֿון דעם איראַנישן אַטאָם־װאָפֿן, מיטן פֿאַרעפֿנטלעכן דעם באַריכט פֿון דער אַטאָמישער קאָמיסיע בײַ דער יו־ען און נתּניהו האָט, צוזאַמען מיט זײַן פֿאַרבינדעטן זיכערהײטס־מיניסטער אהוד ברק זיך געקליבן שאַרפֿן די שװערד פֿון מלחמה - איז אים אַנטקעגנגעקומען די "אַרויסגעטריפֿטע" אַנטפּלעקונג פֿון דעם שמועס צװישן דעם פֿראַנצייזישן פּרעזידענט סאַרקאָזי און זײַן אַמעריקאַנישן קאָלעגע פּרעז' אָבאַמאַ. װען סאַרקאָזי האָט זיך פֿאַר אים באַקלאָגט אויף נתּניהו, אַז ער איז אַ ליגנער און ער קען אים שוין מער נישט פֿאַרטראָגן - האָט אים אָבאַמאַ געענטפֿערט גראָד אויפֿן ייִדישן שטייגער, מיט אַ פֿראַגע: איר דערצײלט מיר? - און װאָס זאָל איך שוין זאָגן?... דער באַקאַנטער פּובליציסט סעװער פּלאָצקער זאָגט, אַז דער פּרעמיער נתּניהו שטיצט זיך אויף דעם "רײטינג" אין די פּובליק־טעסטן, און אַז זײַן פּאָפּו־ לאַריטעט װאַקסט אויס יעדעס מאָל װען ער האַנדלט אין פֿולן היפּוך צו זײַן אייגענער שטעלונג. אין דעם שװערדנטאַנץ פֿון דער נערװן־מלחמה אַרום דעם איראַנישן אַטאָם - האָט נתּניהו אַ געטרײַען שותּף, דאָס איז דער קריגס־מיניסטער אהוד ברק. דער לאַגער פֿון זייערע אָנהענגערס איז אָבער צעטיילט אויף צװײ: די װעלכע גלײבן אין דעם װאָס די צװײ זאָגן, קענען פֿון אומרו נישט אײַנשלאָפֿן אין די נעכט, אויס מוֹרא אַז זיי װעלן פּראָוואָצירן אָדער עפֿענען אַ מלחמה ; דאַקעגן שלאָפֿן רויִק די װאָס גלייבן זיי נישט -... |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען