![]() | ||||
| ||||
|
מײַ - יוני ,2010
|
װען די פאַראײניקטע פֿעלקער־אַרגאַניזאַציע האָט דעם 2־טן נאָװעמבער 1947 געגעבן איר צושטימונג פֿאַר דעם אויפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה, איז דאָס געװאַרן אַ נס פֿאַר די לעבן־געבליבענע רעשטלעך פֿון דעם חורבן צוזאַמען מיט די ששים רבוא - די 600.000 ייִדן, װאָס האָבן דעמאָלט באַװױנט דאָס הייליקע לאַנד. דאָס איז געשען גענוי פֿופֿציק יאָר נאָך הערצעלס נבואה װעגן דער מדינה, װאָס האָט אין זײַן צײַט נאָך אויסגעזען נישט מער װי אַ חלום. דערנאָך איז דער ערשטער חלום פֿון דער שוין אויסגעחלומטער מדינה געװאָרן - דאָס דערגײן צו אַ שלום. צען יאָר נאָך דעם
עקסטאַז איז אַ צושטאַנד, אין װעלכן דער מענטשלעכער מוח פֿאַרלירט די קאָנטראָל איבער זײַנע חושים. נאָך מער: דאָס איז אַ צושטאַנד, אין װעלכן די חושים, די שטאַרקע עמאָציעס, באַהערשן דעם מוֹח און דיקטירן אים זײַנע מעשׂים און האַנדלונגען, פֿאַר וועלכע דער יחיד נעמט אַראָפ פֿון זיך די אחריות. אין קעגנזאַץ צו דעם "געװײנלעכן" שיכּרות, פֿון װעלכן דער מענטש קאָן זיך באַפֿרײַען נאָכן איבערשלאָפֿן זיך איבער דער נאַכט. אָבער דאָס אויך אונטער דעם תנאי, אַז
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען