![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
ליבער חבֿר רעדאַקטאָר, אָקערשט דערהאַלטן דעם אינטערעסאַנטן נומער „ לעבנס-פֿראַגן“ פֿאַר מײַ-יוני, פֿאַר וועלכן איך דאַנק אײַך. אין מיכל יאַנקיווסקיס פֿײַנעם אַרטיקל וועגן אַלבערט אײַנשטיינס טעאָריע אויף ייִדיש. האָב איך באַמערקט אַ בלויז: עס װערט דאָרט גע־ זאָגט, אין 1923 איז אין אַ וואַרשעווער דרוקערײַ געוואָרן אָפּגעדרוקט אַ קליינע צאָל עקזעמפּלאַרן אויף ייִדיש ’וועגן דער ספּעציעלער און אַלגעמיינער רעלאַטיווי־ טעט־טעאָריע צוטריטלעך איבערדערציילט‘. צוליב די מלחמה־צעשטערונגען האָט זיך קיין איין בוך ניט אויפֿגעהיט און מען ווייסט אַפֿילו ניט ווער עס איז געווען דער איבערזעצער“. איך ווייס נישט וואָסער ביכל פֿרײַנד יאַנקיווסקי (אָדער פּראָפֿ' טשערניאַק) מיינט. אַגב, זעט מען אויך נישט וואָסערע מלחמה־ צעשטערונגען האָבן געקענט ברענגען דערצו, אַז פֿון אַ ביכל געדרוקט אין וואַרשע אין 1923 זאָל נישט בלײַבן אויף דער וועלט קיין שריד־ופּליט און קיין זכר. אָבער איך בין חושד, אַז דאָס האָט ער אין זינען „ ספּעציעלע און אַלגעמיינע רעלאַטיוויטעט־טעאָריע“ פֿון קלמן גוטענבוים, פֿאַרלאַג גיטלין, וואַרשע 1923, 108 ז'. אמת, אויפֿן שער-בלאַט שטייט נישט אַז דאָס איז אַן איבערזעצונג פֿון אײַנשטיינס פּאָפּולאַריזאַציע-בוך אויף דײַטש, נאָר מע קען זיך משער זײַן אַז גוטענבוים - אַ שרײַבער מיט אַ היפּשער פֿילאָסאָפֿיש ־וויסנשאַפֿט־ לעכער קולטור, אָבער בּפֿירוש נישט קיין פֿיזיקער |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען