![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
מיר ברענגען דאָ אין איבערזעצונג פֿון דעם אָרטיקלפֿון דעם סאָמע קאַמפּעטענטסטן העברעיִשןטעאָטער־קריטיקער, װעלכער האַט ביז איצטזיך באָצויגן פֿײַנטלעך צום ייִדישן טעאָטעראוןפֿלעגט אויסמײַדן צו קומען זען זײַנע פֿאַרשטעלונגען. דאַס מאַל האַט ער זיך געלאַזטצורעדן, איז געקומעןאין "ייִדישפּיל" און איז געװאַרן באָצויבערט פֿוןדער "מגילה". אַט װאַס ער שרײַבט אין "הארץ":
איך װײס אַז דאָס לײגט זיך נישט אויפֿן שׂכל, אָבער לויט מײַן זיכּרון איז עס דאָס ערשטע מאָל װי איך זע די דאָזיקע יצירה אויף דער בינע, כאָטש איר געשיכטע איז מיר גוט באַקאַנט. קודם כל בין איך זיך מודה, אַז איך בין געװאָרן פֿאַרכאַפּט פֿון דער שפּראַך, װאָס פֿאַרכּישופֿט מיט דער פּשוט־ קייט פֿון דער אײנציק־אַרטיקער ייִדיש־װעלט פֿון איציק מאַנגער, דעם ייִדישן לעבן אין אייראָפּע פֿון פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה, און פֿון דער קאָליריקער װעלט פֿון דער "מגילה". אַפֿילו װער עס פֿאַרשטייט נישט קײן ייִדיש קען נישט זײַן ער זאָל נישט נתפּעל װערן פון אַזאַ איבערגעזעצטן פּאָעטישן אויסדרוק, װי: "דער אָװנט איז בלוי װי אַ תּפֿילה", אָדער זאָל בלײַבן גלײַכגילטיק צום געזאַנג פֿון ושתי דער עולם װאָס קומט אויף די קולטור־פֿרימאָרגנס אין אַרבעטער־רינג אויף קאַלישער האָט ליב די דינען אים מיט זייער קינסטלערישן טאַלאַנט אין ייִדישן לשון. צו זיי געהערט אָן ספֿק דער באַליבטער אָקטיאָר יאַנקעלע אַלפּערין, װעמען דער קולטור־קרײַז האָט צוזאַמען מיט "ייִדישפּיל" סאַלוטירט צום אָפּצײכענען זײַנע 65 יאָר אויף דער ייִדישער בינע. אַ גרויסער עולם פֿון זײַנע פֿאַרערערס איז דעם 9־טן יוני געקומען צו דער הײמישער שׂימחה, מיט װעלכער עס האָט אָנגעפֿירט דער ראָש פֿון דעם ייִדישן טעאַטער אין ישׂראל, שמואל עצמון־װירצער און געשעפּט נחת פֿון דעם "יובילאַר" און פֿון דעם פּראָגראַם, אין װעלכן עס האָבן זיך באַטײליקט די דערפֿאַרענע זינגער און אַקטיאָרן פֿון דער ייִדישער בינע |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען