![]() | ||||
| ||||
|
מאַרץ - אַפּריל ,2008
|
קורצע אינפֿאָרמאַציעס וועגן נײַע ביכער און זשורנאַלן, וואָס זענען אָנגעקומען אין רעדאַקציע, אין דער ערשטער רײ ייִדישע ביכער, אָבער אויך אויף אַנדערע שפּראַכן.
קלמן פאָלגער / קאָלירטע מאָטיװן בילדער־אַלבאָם. אילוסטראַציעס צו די געשטאַלטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אַרויסגעגעבן צו דעם 95־סטן שעפֿערישן לעבנס־יאָר פֿון דעם מחבּר, אַ קינסטלער פֿון דער אַ"ג נאַיװער מאָלעריי. אין דעם־אָ סטיל ברענגט ער צום אויסדרוק זײַן טיפֿע אידענטיפֿיצירונג גילגולים - אַ נײַער ייִדישער ליטעראַרישער זשורנאַל אַ נײַער ייִדישער ליטעראַרישער זשורנאַל האָט אָנגעהויבן דערשײַנען אין פּאַריז און איז באַשטימט פֿאַר נײַע שאַפֿונגען. זײַן נאָמען איז: גילגולים - נײַע שאַפֿונגען. רעדאַקטאָר פֿון דער צײַט־ שריפֿט איז זשיל ראָזיע, דער פֿאַרװאַלטער פֿון דער מעדעם־ביבליאָטעק אין פּאַריז; שפּראַך־באַראַטער: יצחק ניבאָרסקי . פֿון די 11 מחבּרים װאָס באַטײליקן זיך מיט זייערע נײַע יצירות, זענען 10 פּאָעטן און נאָר איינער, אַ. שפּיגלבלאַט פֿון ישׂראל, מיט אַ דערציילונג. |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען