![]() | ||||
| ||||
|
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2010
|
אַבֿרהם סוצקעװער, פֿון די גרעסטע ייִדישע פּאָעטן, איז דעם 20־סטן יאַנואַר 2010 געשטאָרבן אין עלטער פֿון 96 יאָר אין תּל־אַבֿיב. זײַן לעבנס־ געשיכטע רעפּרעזענטירט אַ װירדיקן חלק פֿון דעם ייִדישן נאַראַטיװ פֿון 20־סטן יאָרהונדערט. געבוירן אין סמאָרגאָן נעבן װילנע אין דער צאַרישער אימפּעריע, איז ער אין זײַן פֿריִער קינדהײט פאַרװאָגלט געװאָרן קײן סיביר, האָט זיך צוריקגעקערט אין אומאָפּהענגיקן פּוילן, זיך באַזעצט אין װילנע, װוּ ער איז שפּעטער, בעת דער נאַצישער אָקופּאַ־ ציע געװען אַקטיוו און שעפֿעריש אין געטאָ בײַם אָפּראַטעװען די אַרכיװאַלע אוצרות פֿון ייִװאָ. דערנאָך, בּעת דער ליקװידאַציע פֿון געטאָ, איז ער צוזאַמען מיט זײַן װײַב פֿריידקע אַנטלאָפֿן אין די װעלדער צו די פּאַרטיזאַנער און איז אויף סטאַלינס פּערזענלעכן באַפֿ על געװאָרן אַריבערגעפֿירט מיט אַן אײנמאָטאָריקן עראָפּלאַן קיין מאָסקװע. נאָך דער היטלער־מלחמה געװאַרן אַקטיװ אין דער אויפֿריכטונג פֿון ייִדישן לעבן אין אײראָפּע. ער איז אויפגעטראָטן װי אַן עדות אין די נירנבערגער פּראָצעסן, און אין 1947 זיך באַזעצט אין ישראל און פֿון דעמאָלט געלעבט אין תּל־אַבֿיבֿ. ער האָט ממשיך געװען מיט עקשנות צו שאַפֿן אין ישׂראל, געגרינדעט די ליטעראַרישע גרופּע |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען