![]() | ||||
| ||||
|
מאַרץ - אַפּריל ,2008
|
צווישן "שואה" און – "השואה" צוליב דעם װאָס די גויים האָבן נישט געלערנט די העברע יִ שע שפּראַך, האָט דער פּרעזידענט פֿון פּל"אָ און פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ אַבו מאַזען זיך סאָלידאַריזירט מיטן "כאַמאַס" און האָט איבערגעריסן די המשך־געשפּרעכן נאָך דער שלום־קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס װעגן אַ לייזונג פֿאר דעם ישראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. דער קערן פֿון דעם נײַעם סיכסוך מיט די פּאַלעסטינער ליגט אין דעם אות "ה", "דעם ה' הידיעה", װעלכער באַשטימט דעם אונטערשייד צװישן דעם װאָרט "שואה",
װאָס האָט מיך געבראַכט צו דעם, אַז איך זאָל שרײַבן מײַן בוך א"נ "אין שאָטן פֿון אומקום"? ערשטנס : איך האָב געװאָלט, און איך װײס נישט צי עס איז מיר געלונגען, אַרויסברענגען דעם היסטאָרישן הינטערגרונט פֿון די גרויזאַמע געשעענישן, װאַס זענען פֿאָרגעקומען אין דער צײַט פֿון דער דײַטשישער, און איבערהויפּט אונטער דער רומענישער אָקוּפּאַציע; פּרובירן באַשרײַבן די אומבאַשרײַבלעכע שׂינאה פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג צו די ייִדן, מיט װעמען זײ האָבן געלעבט בּשלום אין משך פֿון דוֹרות, װי אויך פֿאַרצײכענען די כאַראַקטעריסטישע שטריכן פֿון דעם אָרטיקן ייִדישן לעבן. די מאַסיװע רציחות פֿון צענדליקער־טויזנטער ייִדן באַלד נאָך דער אינװאַזיע און די ברוטאַלע דעפּאָרטאַציעס פֿון די לעבנגעבליבענע קײן טראַנסניעסטריע. איידער איך האָב געשריבן מײַן בוך האָט מיר אויסגעזען, אַז עס איז נישט גענוג געשריבן געװאָרן װעגן יענע טראַגישע געשעענישן אַן אַנדערער בליק אויף אַשכּנז אַ נײַעם צוגאַנג צו דעם אויפֿקום און אַנטװיקלונג פֿון דער אַשכּנזישער עדה, האָט פֿאָרגעשטעלט דער פֿאַרװאַלטער פֿון דער ייִדישער ראָדיאַ ־ שעה, ד"ר אַדם גרוזמאַן אויף זײַן באַלערנדיקער לעקציע, װאָס ער האָט געהאַלטן מיטוואָך דעם 27 ־ סטן פֿעברואַר פֿאַר דעם קולטור ־ קרײַז בײַם אַרבעטער ־ רינג אין תּל ־ אבֿיבֿ. אין זײַן אינטערעסאַנטן רעפֿעראַט האָט ד"ר גרוזמאַן באַלויכטן |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען