![]() | ||||
| ||||
|
נאָוועמבער - דעצעמבער ,2011
|
אינפֿאָרמאַציעס וועגן דער אָנגייענדיקער קולטור-טעטיקייט פֿונעם "אַרבעטער-רינג" אין תּל-אבֿיבֿ, די רעגולערע באַגעגענישן, די פֿײַערונגען, דעם קלעפּפֿיש=כאָר , קינסטלער און פּרעלעגענטן וואָס טרעטן אויף פֿאַר דעם פּובליקום אויף די קולטור-. פֿרימאָרגנס און אונטערנעמונגען פֿון "אַרבעטער-רינג".
אַ פֿרימאָרגן פֿון דערהויבנקייט קלעפּפֿיש־כאָר געפֿײַערט 40 יאָר אַ פֿרימאָרגן פֿון דערהויבנקייט איז געװען דאָס אָפּמערקן דעם 40־יאָריקן יוביליי פֿון דעם כאָר אויפֿן נאָמען פֿון מיכאל קלעפּפֿיש בײַם אַרבעטער־רינג מיט אַ פֿײַערלעכן באַנקעט, װאָס האָט אַ לע אָנוועזנדיקע - די מיטגלידער פֿון דעם כאָר, פֿון דעם קולטור־קרײַז און די פֿילצאָליקע געסט -"אַרויסגעפֿירט פֿון די כּלים" אין זײער בשותּפֿותדיקער שׂימחה פֿון קאָלעקטיװער דערהויבנקײט און גײַסטיקער הנאה. אַ געזעלשאַפֿטלעכע יוֹבֿל־שׂימחה אָן רעדעס און אָן צערעמאָניעס, נאָר מיט לויטערן געזאַנג, װי עס האָט אונטערגעשטראָכן ח' יצחק לודען, איבער געבנדיק אין נאָמען פֿון דעם אַרבעטער־רינג אין ישׂראל די אויסצײכענונגס־צײַגענישן דער פֿאַרװאַלטערין און דיריגענטין פֿון דעם כאָר, עליזה בלעכעראָװיטש און דער קלאַװיר־באַגלייטערין פֿון דעם כאָר, אַנאַ סמאָלאָװ. "נישט קײן טאָג פֿון רעדעס האָבן מיר הײַנט, נאָר פֿון קװאַליטאַטיװן ייִדישן געזאַנג, מיט רעפֿעראַטן און אויפֿטריטן יאַנואַר-פֿעברואַר 2012 04.01.2012 - מיטוואָך - 11:30 פֿאַרמיטאָג שמואל פּז: "משה נאַדיר - דער הומאָריסט" אין קינסטלערישן טייל: זשעניאַ פֿײַערמאַן
18.01.2012 - מיטוואָך - 11:30 פֿ"מ ד"ר לאה גאַרפֿינקל:"איציק מאַנגער - ליבע לידער" אין קינסטלערישן טייל: זינגערין: וויראַ לאָזינסקי,
01.02.2012 - מיטוואָך - 11:30 פֿ"מ אָנדענק־פֿרימאָרגן לזכר יוסף פֿרײַנד יצחק לודען, ערן טאָרבינער: פֿראַגמענטן פֿון פֿילם "בונדיסטן".
15.02.2012 - מיטוואָך - 11:30 פֿ"מ בעלאַ בריקס-קליין: "אין די שפּורן פֿון מײַן טאַטן, ירחמיאל בריקס" אין קינסטלערישן טייל: אורי אַבראַמאָוויטש; בײַם קלאַוויר: מישאַ בלעכעראָוויטש
29.02.2012 - מיטוואָך - 11:30 פֿ"מ פֿײַערלעכער פּורים־פֿרימאָרגן: אַ פּורים־שפּיל - אַנסאַמבל פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער בײַם קלאַוויר: מישאַ בלעכעראָוויטש
דער לאָקאַל פֿון אַרבעטער־רינג, קאַלישער 48 תּ"אַ איז אָפֿן יעדן טאָג צווישן 10:00 און 14:00 |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען