![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
געשיכטלעכע איבערבליקן, מעמואַרן און אַקטואַליעס וועגן דער בונדישער באַוועגונג, וואָס איז געשטאנען אין צענטער פֿונעם יידישן לעבן אין מזרח אייראָפּע, װעגן אירע מאַרטירערס און איבערגעגעבענע טוערס, װאָס האָבן דערצויגן די יידישע מאַסן, געקעמפֿט פֿאַר די רעכט פֿונעם יידישן אַרבעטער און פֿאַרשטאַרקט זײַן נאַציאָנאַלן זעלבסטבאַוווּסטזײַן. אויך אינפֿאָרמאַציעס וועגן אָט דער טעטיקייט אין אונדזערע טעג.
אַ דאָקטאָראַנטן־װאַרשטאַט פֿאַר גראַדויִרטע סטודענטן און יונגע פֿאָרשער פֿון "בונד" װעט װערן צוזאַמענגערופֿן אויפֿן קומענדיקן יאָר אין װילנע, א.ד.ט. "נײַע פּערספּעקטיװן פֿאַר דער געשיכטע פֿון דעם ייִדישן אַרבעטער־בונד". דער װאַרשטאַט װעט דויערן פֿון דעם 28־טן אַפּריל ביז דעם 1־טן מײ 2011 אין אוניװערסיטעט פֿון װילנע, אין דער שטאָט װוּ עס איז אויפֿגעקומען דער ייִדישער אַרבעטער־בונד אין אָקטאָבער 1897. דער װילנער ייִדיש־אינסטיט און דער שטודיר־צענטער פֿון דער קולטור און געשיכטע פֿון מזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום װעלן זיך מיט־ באַטייליקן אין דעם װאַרשטאַט. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם פֿאָרשער־װאַרשטאַט זײַנען פּראָפֿ' גערטרוד פּיקהאַן פֿון דעם פֿרײַען אוניװערסיטעט אין בערלין און פּראָפֿ' דזשעק דזשעיקאָבס פֿון דעם דזשאָן דזשעי קאָלעדזש און דעם גראַדואַנטן־צענטער בײַם ניו־יאָרקער אונדזערע װאַרעמע מזל־ברכות דעם איבערגעגעבענעם חבֿר פּינעק (פּנחס) קרישטאַל (מעלבורן) צו זײַן װערן 90 יאָר ביז הונדערט און צװאַנציק
און אונדזער טיפֿהאַרציקן דאַנק פֿאַר װידמען זײַן װוילטעטיקן פֿאָנד דער רעאַליזירונג פֿון פּראָיעקטן צו פֿאַראייביקן די טראַדיציע פֿון "בונד", און ייִדיש־װעלטלעכער קולטור
דער אַרבעטער ־ רינג אין ישראלאון די רעדאַקציע |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען