| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אייגענע אידיאָמען
מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן, פ-טס
אויף איבערצוזעצן פֿון ענגליש אויף ייִדיש אָדער פֿאַרקערט, מוז מען זײַן באַהאַוונט אין אַ פֿליסיקן ייִדיש, אין לשון־קודש, דער עיקר, ייִדישקייט, שוין אָפּגערעדט פֿון ענגליש מיט אירע שפּראַך־אוצרות - אַנישט טרעפֿט מען אין לא מיט אַ סנישט איין מאָל שוידער איך אויף, ווען איך קום צו די פּאָר שורות אין חיים גראַדעס „מײַן קריג מיט הערש ראַסײַנער ‟, פֿון וועלכע איך האַלט אין איין שרײַבן און איבערחזרן די עוולה. דער איבערזעצער, מילטאָן הימלפֿאַרב, האָט געמאַכט אַ גראָבן טעות, וואָס האָט זיך געקלעפּט ווי אַרבעס צו דער וואַנט. עס האַנדלט זיך אין דער פֿראַזע: „ איך וועל דיר געבן אַ משל פֿונעם בן־מלך מיטן נזיר מילא, דער איבערזעצער האָט נישט פֿאַרשטאַנען, ווענדט מען זיך צו אַ ייִדיש־קענער. אין יענער צײַט איז נאָך געווען אַ שלל מיט זיי, וואָלט ער זיך דערוווּסט, אַז דער זאַץ האָט גאָר געהאַט צו טאָן מיט די כּוזרים, וועגן וועלכע יהודה הלוי האָט געשריבן וועגן זיי אין זײַן בוך. דער באַגריף האָט לגמרי גאָרנישט געהאַט צו טאָן מיטן קריסטלעכן באַגריף פֿון נאַזאַרין. דעריבער האָב איך זיך אויף טשיקאַוועס אַוועקגעזעצט און צונויפֿגעזאַמלט אַ פּאָר ענגלישע אידיאָמען און זיי פּרובירט איבערצוזעצן אויף ייִדיש, און אָט האָט איר זיי: איך קען אַזוי אָנגיין אָן אַ סוף, אָבער דאָ מוז איך זיך אָפּשטעלן, די פּאָר פֿליישיקע אידיאָמען זײַנען בלויז אויף צו פֿאַרזוכן. לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז ווערטער פֿאַרמאָגן אין זיך אַן אייגן לעבן. דער ריזיקער אָרגאַניזם, וואָס רופֿט זיך שפּראַך, איז אויך אַ שפּײַכלער פֿון אידיאָמען, אַן אוצר פֿון ניואַנסן, אײגנאַרטיקייט, מעטאַפֿאָרן, לעבנס־חכמה, הומאָר, סאַטירע, לײדן און פֿרײדן. אַ שפּראַך שפּיגלט אָפּ דעם גײַסט פֿון אַ פֿאָלק. · וויל איך פֿאַרענדיקן מיט די אַפֿאָריזמען, וואָס זענען טײַטש „ ווי אַזוי שטאַרבט אַ מענטש ? ‟ · דער שנײַדער איז פֿאַרטיק מיט דער קאַפּאָטע. · דער אַקטיאָר האָט אויסגעשפּילט דעם לעצטן אַקט און געענדיקט די קאָמעדיע. · דעם דאָקטער העלפֿט שוין נישט קיין דאָקטער. 1 A new version of the gospel
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען