| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
ייִדיש-וועלט
ידיעות און פּובליציסטיק וועגן די ייִדישע תּפֿוצות איבער דער וועלט, דעם קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם, די פּראָבלעמען פֿון אַסימילאַציע און ייִדיש-חינוך, דער קאַמף פֿאַרן קיום און װידער-אויפֿריכטונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
אויף דער ביכער-פאליצע רבקה באסמאן בן-חיים / דער שמייכל פון א בוים - חיוכו של עץ די אַלמנה פֿון דעם שרײַבער משה גראָסמאַן מײַן מאַמע ראָזאַ גראָסמאַן, די אלמנה פֿון דעם באַוווּסטן ייִדישן שרײַבער משה גראָסמאַן (1904 - 1961), איז אַוועק פֿון דער וועלט אין עלטער פֿון 94 יאָר און איז געבראַכט געוואָרן צו קבורה אין תל-אבֿיבֿ דעם 3-טן אַפּריל 2016 - גענוי אינעם יאָרטאָג פֿון איר פֿאַרשטאָרבענעם מאַן, מײַן טאַטן, וועלכער איז פֿאַר דער היטלער-מלחמה געווען אַ מיטאַרבער אין וואַרשעווער "הײַנט". ער האָט זיך גאָר באַזונדערס קונה-שם געווען מיט זײַנע צווײ ביכער "אַ וידוי פֿון אַ רעוואָלוציאָנער" און "אין פֿאַרכּישופֿטן לאַנד פֿון דעם לעגענדאַרן דזשוגאַשווילי", אין וועלכע ער האָט אויפֿגעדעקט דעם אמתדיקן פרצוף פֿון קאָמוניזם און די פֿאַרברעכנס פֿון דעם סטאַליניסטישן רעזשים אין ראַטנלאַנד.
אויף איבערצוזעצן פֿון ענגליש אויף ייִדיש אָדער פֿאַרקערט, מוז מען זײַן באַהאַוונט אין אַ פֿליסיקן ייִדיש, אין לשון־קודש, דער עיקר, ייִדישקייט, שוין אָפּגערעדט פֿון ענגליש מיט אירע שפּראַך־אוצרות - אַנישט טרעפֿט מען אין לא מיט אַ ספּאָדניצע. נישט איין מאָל שוידער איך אויף, ווען איך קום צו די פּאָר שורות אין חיים גראַדעס „מײַן קריג מיט הערש ראַסײַנער ‟, פֿון וועלכע איך האַלט אין איין שרײַבן און איבערחזרן די עוולה. דער איבערזעצער, מילטאָן הימלפֿאַרב, האָט געמאַכט אַ גראָבן טעות, וואָס האָט זיך געקלעפּט ווי אַרבעס צו דער וואַנט. עס האַנדלט זיך אין דער פֿראַזע: „ איך וועל דיר געבן אַ משל פֿונעם בן־מלך מיטן נזיר ‟, האָט דער איבערזעצער עס געטײַטשט: “I will give you a parable of the Prince and the Nazarite.” אַ בינטל לידער און אַ קראַנץ אַרטיקלען
א קראנץ פאר רבֿקה באַסמאַן בן-חיים
דער שטראַסבורגער "לופטעאטער" אָרגאַניזירט אין די לעצטע צװײ װאָכן פון יולי 2016 זײַן 7-טן ייִדיש זומער קורס. אין די פֿרימאָרגנס װעט געלערנט ווערן די ייִדישע שפּראַך אין דרײַ מדרגות,פֿון אָנהייבערס ביז אַװאַנסירטע; אין די נאָכמיטאָגס װעלן זײַן 2 װאַרשטאַטן פֿון ייִדישע לידער און כליזמר-טענץ און אין די אָװנטן דאָקומענטאַרן, קאָנפֿערענצן,שפּאַצירן. אין סוף װאָך אַ פּיעסע פון באָריס סאַנדלער געשפּילט פֿון אַניק פּרים (פּאַריז),און אַן עקסקורסיע אין ייִדישן עלזאַס. פּרטים: goldwaserrafael@gmail.com אלמנת הסופר משה גרוסמן אמא שלי רוזה גרוסמן, אלמנתו של הסופר היידי הנודע משה גרוסמן (1904 - 1961) נפטרה בגיל 94 והובאה למנוחות ב 3 באפריל 2016,שזה גם יום הולדתו של אבי המנוח. אבי כסופר ועיתונאי פרסם את כתביו ב"הײַנט" הווארשאי. אולם עיקר פרסומו קנה לו עם חשיפתו את פרצופו האמיתי האכזרי של הקומוניזם ושל המשטר הסטליניסטי בבריה"מ גילויים אלה נחשפו עם תום מלחמת העולם השניה עם הופעת ספריו: "וידויו של מהפכן" ו"בארץ הקסומה של ג'וגַשבילי האגדי", על רקע שבע שנות חיו בברה"מ. The Nomadic, Brilliant Itsik Manger עס איז ניט קײן גוזמא צו זאָגן, אַז די נײַע ביאָגראַפֿיע פֿון איציק מאַנגער, פֿון פּראָפֿעסאָר אפֿרת גל־עד, שטעלט אײַן אַ נײַעם מאָסשטאַב אין ייִדיש־פֿאָרשונג, סײַ װאָס שײַך דעם אינהאַלט און סײַ װאָס שײַך דער פֿאָרם. ראשית, איז דאָס בכּלל די ערשטע ערנסטע אַקאַדעמישע ביאָגראַפֿיע פֿון אַ ייִדישן דיכטער, און צװײטנס, איז דאָס ממש אַ ברײטע קולטור־געשיכטע פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה, דערזען דורכן שפּאַקטיװ פֿון מאַנגערס לעבן. אפֿרת גל־עד האָט געלײזט די דאָזיקע טאָפּלטע אױפֿגאַבע אױף אַן אָריגינעלן שעפֿערישן אופֿן.
בערגעלסאָן האָט שאַרף צעטײלט די ייִדישע װעלט אױף דרײַ שטחים - סאָװעטן־רוסלאַנד, פּױלן און אַמעריקע, װאָס זײַנען זיך צעגאַנגען אין פֿאַרשידענע װעגן נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה און דער רוסישער רעװאָלוציע. פֿון האַמבורג איז אונדז אָנגעקומען די ביטערע בשׂורה וועגן דער פּטירה פֿון דאָראָטעאַ גרעווע אין עלטער פֿון 61 יאָר, פֿון אַ קאַנסער. אין דער ייִדישוועלט האָט זיך דאָראָטעאַ קונה־שם געווען ווי אַן ערשטקלאַסיקע ייִדיש־לערערין און אויך ווי אַן איבערזעצערין אויף דײַטש פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור,. ווי אַ יונגע ניט־ייִדישע דײַטשין האַט דאָראָטעאַ גאָר פרי דערפילט אַ באַגײַסטערטן דראַנג צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. זי איז געווען צווישן די גרינדער און אָנפֿירערס פֿון דער "סאַלאָמאָ בירנבוים־געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש" אין האַמבורג. Dedicated to Shmuel (Artur) Zygielbojm We offer our readers the hitherto “Song of Hate”, that Itzik Manger dedicated to the martyred Shmuel (Artur) Zygielbojm, the representative of the “Bund” underground in the Polish government in exile in London. The letter is dated the 8th of December 1942, about half a year before Zygielbojm took his own life in protest against the silence of the free world in light of the annihilation of the Jewish people by the Germans in Poland and in eastern Europe.
This poem, accompanied by a copy of Itzik Manger's letter to Zygielbojm, as well as an English rendering of the poem by Mayus Novogrudsky, the New York correspondent of “Lebns-Fragn”, who sent it to us for the “Fraye Lebns-Fragn”. Mayus himself found this document of historical importance in the Yivo Archive in New York. The original version of the poem and of Manger’s dramatically written letter to Zygielbojm are kept in the Zygielbojm papers file at the Yivo Archive שטודיעס וועגן די ציוניסטישע זומער־לאַגערן, וואָס האָבן עקזיסטירט אין פּוילן צווישן ביידע וועלט־מלחמות, קען מען הײַנט געפֿינען גאָר אַ סך, אָבער ביז איצט האָט מען ווייניק אויסגעפֿאָרשט די ייִדישע זומער־לאַגערן, אָרגאַניזירט פֿון די נישט־ציוניסטישע יוגנט־באַוועגונגען. די וואָך איז פּובליקירט געוואָרן אַן אַרטיקל וועגן די אידעאַלן, געשטיצט פֿון די גרינדער פֿון סאָציאַליסטישע זומער־לאַגערן פֿאַר דער יוגנט אין פּוילן פֿאַרן חורבן. דער גרויסער „היסטאָרישער ייִדישער פּרעסע־פּראָיעקט ‟ בײַ דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון מדינת־ישׂראל האָט זיך געשטעלט פֿאַר זײַן ציל צו דיגיטאַליזירן וויפֿל נאָר מעגלעך פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע צײַטונגען, וואָס מ'האָט געדרוקט אין אַלע עקן וועלט. אויף דער פּראָיעקטירטער וועבזײַט קען מען שוין לייענען מער ווי 1.2 מיליאָן זײַטן פֿון 127,363 באַזונדערע נומערן פֿון 54 פֿאַרשידענע צײַטונגען, דערשינען אין משך פֿון די יאָרן 1843־2014. צווישן די עקזעמפּלאַרן, וואָס מע קען שוין לייענען „אָנלײַן ‟ געפֿינט מען יידישע צײַטונגען אויף ענגליש, פֿראַנצייזיש, העברעיִש, אונגעריש, דזשודעזמאָ, יודעאָ־אַראַביש, רוסיש און אויך, פֿאַרשטייט זיך, ייִדיש. דער אַנאָנימער מנדבֿ האָט צוגעזאָגט, אַז פֿאַר יעדן בײַשטײַער, וואָס וועט אַרײַנקומען לטובֿת דעם פּראָיעקט, וועט ער אַליין צוגעבן צוויי מאָל אַזוי פֿיל, ביז מע וועט דערגרייכן $1,160,000. דער פּראָיעקט, וואָס האָט ביז איצט געהייסן „דער ייִוו״אָ־ווילנע פּראָיעקט‟, וועט איצט הייסן „די „ייִוו״אָ־ווילנער זאַמלונגען - אַ היסטאָרישע דיגיטאַלישע איניציאַטיוו‟. ווען די הייליקע "ימים הנוראים" דערנענטערן זיך, קומט אויף מיר אַ שווערע שטימונג. ווייל אין אָט דער צייט זיינען אַוועק אין דער אייביקייט ביידע מײַנע עלטערן. מײַן טאַטע, דער חורבן שרײַבער ירחמיאל בריקס איז נפֿטר געוואָרן חול המועד סוכות ט"ז תשרי תשל"ח מיט 41 יאָר צוריק, מײַן מאַמע, הינדע אתיה (פֿון דער היים - וואָלף), איז באַערדיקט געוואָרן ערב ראש השנה תשס"א מיט 15 יאָר צוריק. ביידע ליגן אין ירושלים, אויפֿן הר הזיתים. װילסטו זיך טרעפֿן מיט ייִדן - גײ אויפֿן גענשער בּית־עוֹלם. Peretz Markish - In Honor of his 120th Birthday אין „אַרבעטער־רינג ‟ אין תּל־אָבֿיבֿ האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַ בכּבֿודיקער עולם, וואָס איז געקומען דערמאָנען דעם גרויסן ייִדישן פּאָעט פּרץ מאַרקיש. ווי עס פֿירט זיך אויף קאַלישער, האָט די אַקטריסע שוראַ גרינהויז־טורקאָוו געעפֿנט די אונטערנעמונג. זי האָט פֿאָרגעשטעלט דעם לעקטאָר, פּראָפֿ‘ אַבֿרהם נאָווערשטערן, וואָס האָט טיף און צוטריטלעך דערציילט אין זײַן רעפֿעראַט וועגן דעם „שטורעמפֿויגל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע ‟. און שעהן אין דער "לוביאַנקע" בלעטערנדיק אין די פאַרגעלטע בלעטלעך פון מײַן מעדיצינישן אַרכיװ, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אויסצוגן פון "קראַנקן-היסטאָריעס" פון צװײ פּאַציענטן - איינער פון זײ אַ "פאַרדינסט- פולער פּענסיאָנער", ד"ר ש. דער צװײטער, אַ געװײנלעכער פּענסיּאָנער, בירגער נ.. בײדע האָבן געהאַט אַ שײכות מיטן אומקום פון פּרץ מאַרקיש. אין 1955 האָט מען זײ מיטאַמאָל באַפרײַט פון זייער דינסט אין דער לוב-יאַנקער תפיסה אין מאָסקװע און מ'האָט זיי דעמאָלט פּענסיאָנירט. ד"ר ש. איז נאָכן אַרויסגיין אויף עמעריטור אַרײַנגע פאַלן אין אַ שװערער דעפּרעסיע. ער האָט זיך באַשולדיקט אין אַ סך פון די עװלות, װאָס זענען באַגאַנגען געװאָרן כּלפּי די צום טויט פאַראורטיילטע "פּאַציענטן", און גאָר באַזונדערס - אינעם דערשיסן פּרץ מאַרקישן. "ער איז ניט געװען בײַם זינען און איך האָב געחתמעט, אַז ער איז געזונט", האָט ער געטענהט. בעת דער ערשטער מעדיצינישער אונטערזוכונג האָט ד"ר ש. אָן אויפהער געמורמלט: |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען