| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
צומאָרגנס נאָכן שלום
יצחק לודען
איך דערמאָן זיך, װען כ'בין געװען גאָר אַ קלײן ייִנגעלע, האָב איך איינמאָל געפֿרעגט מײַן פֿאָטער: — טאַטע, װען װעט זײַן מאָרגן? דער מאָרגן איז געװען אַן אַבסטראַקטער באַגריף — אַזוי װי אַן אידעע — אָבער ער האָט קאָנצענטרירט אין זיך אַלע גוטע װוּנטשן, באַגערן און הבֿטחות. װי פֿלעגן מיר אַמאָל זינגען: דעם מאָרגנרויט אַנטקעגן…
יעדער הײַנט האָט זײַן נעכטן און זײַן מאָרגן. דעם מאָרגנרויט פֿון האָפֿענונג און דעם נעכטן פֿון נאָסטאַלגיע אָדער פֿון נישט דערפֿילטע דערװאַרטונגען; און אויך זײַן צומאָרגנס — דהײַנו, דעם דירעקטן המשך פֿון דעם, װאָס מיר האָבן אויפֿגעטאָן אָדער אָפּגעטאָן הײַנט, זײַן פֿאַרװירקלעכונג און זײַנע רעזולטאַטן. דורך זײ װערט דער הײַנט פֿאַרװאַנדלט אין — אַ נעכטן. די צײַט װערט געשטופּט פֿאָרויס דורך דעם, װאָס עס געשעט אין דעם נײַעם הײַנט, און פֿאַרװאַנדלט אים גיך אין אַ נעכטן, אַן אײערנעכטן — אין פֿאַרגאַנגענהייט. יונגע מענטשן שטרעבן צו דערגרייכן די הבֿטחות פֿון מאָרגן; אַלטע בענקען נאָך דעם אַמאָל: זײ האָבן שוין נישט קיין סך װאָס צו דערװאַרטן, און זײ גלייבן שוין אויך נישט אין די הבֿטחות. סײַדן — אין משיחן, װער עס גלײבט.
נעכטן האָבן מיר מקבּל־פּנים געװען דעם שלום. ער איז געקומען אַ פֿאַרמאַטערטער, אָבער אַ שטראַלנדיקער, װי די פֿאַרװירקלעכונג פֿון דעם שענסטן חלום. אַ חלום, װאָס האָט געדויערט דרײַסיק יאָר, און אפֿשר מער. װאָס קען דען זײַן שענער און דערהויבענער, װי — שלום?
און אָט איז ער געקומען, ער איז דאָ.
— נו, איז װאָס?
װען מיר האָבן זיך אויפֿגעכאַפּט אויף צומאָרגנס נאָכן שלום, ד"ה צומאָרגנס נאָכן אונטערשרײַבן דעם שלום ־ אָפּמאַך מיט עגיפּטן, איז דער װעטער געװען האַלב זוניק, דער הימל האַלב פֿאַרװאָלקנט — אַ פֿײַנער, אָנגענעמער װעטער — אָבער ער האָט זיך מיט גאָרנישט אויסגעצײכנט. ער האָט אויך גאָרנישט אָנגעזאָגט, װי מיר זענען דאָס געװױנט צו זוכן אין דעם װעטער סימנים און פּאַראַלעלן פֿאַר אונדזער נשמה ־ צושטאַנד, פֿאַר דערהויבענע קאָלעקטיװע איבערלעבונגען. און אַזוי װי יעדן טאָג זענען מיר אַלע געגאַנגען צו דער אַרבעט, און װי יעדן טאָג זיך צוגעהערט צו די נײַעס, און אַזוי װי נעכטן ־ אייערנעכטן דערהערט, אויף צומאָרגנס נאָכן שלום, די ביטערע בּשׂורה, צו װעלכער מיר האָבן זיך שוין אַזוי שטאַרק צוגעװױנט:
— אַ באָמבע האָט אויפֿגעריסן אין לוד. אַ פֿרוי איז דערהרגעט, דרײַ צענדליק פֿאַרװוּנדעטע.
האָט זיך טאַקע גאָרנישט געענדערט?
עס האָט זיך אויף אַזוי פֿיל נישט געענדערט, װיפֿל עס ענדערט זיך נישט דער טאָגטעגלעכער שטייגער פֿון טאַטע־מאַמע, װעלכע גיבן אויס דאָס ערשטע קינד זייערס: אויבנאויפֿיק, נאָכן פּראַװען די חתונה, נאָכן פֿרײען זיך און אַראָפּלאָזן אַ טרער מיט אַ זיפֿץ, קערט מען זיך צוריק צום נאָרמאַלן גרויען לעבן און מען װאַרט אויף נחת פֿון די קינדער. אין תּוך איז דאָס אָבער אַן איבערברוך אין לעבן פֿון דער משפּחה.
די צוקונפֿט װעט מישפּטן דעם פֿאַרנעם פֿון דער ענדערונג, װאָס עס האָט גוֹרם געװען דער פֿאָרמעלער און פֿײַערלעכער אַקט פֿון אונטערשרײַבן דעם שלום מיט מצרים — דעם ערשטן שלום מיט אַן אַראַבישער מדינה. אין דער געשיכטע װעט דאָס זײַן "אַ היסטאָרישע דאַטע", אַן איבערברוך אין די פֿאַרהעלטענישן אין מיטעלן מיזרח, אַ װענדונג אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה.
אָבער — װי װעט אויסזען אָט די נײַע עפּאָכע אין טאָגטעגלעכן לעבן פֿון דעם גרויען, פּשוטן בירגער?
גענוי אַזוי װי מיר האָבן זיך אויפֿגעהויבן צו דער אַרבעט אויף צומאָרגנס נאָכן שלום, װעלן מיר װײַטער אויפֿשטײן יעדן אינדערפֿרי און זיך לײגן שלאָפֿן אין די אָװנטן אַזוי װי פֿריִער, און אין משך פֿונעם טאָג װעלן מיר װײַטער אויספֿירן די זעלבע פֿונקציעס און אויפֿגאַבעס װי ביז איצט; און מעגלעך אויך, אַז מיר װעלן לאַנג נאָך װײַטער הערן די זעלבע נײַעס װאָס נעכטן און אײערנעכטן, הגם אפֿשר אין אַן אַנדערן נוסח, און מיר װעלן זיך װײַטער באַקלאָגן אויפֿן פֿינאַנס־מיניסטער, אויפֿן יקרות און אויף די שטײַערן, אַזוי װי נעכטן און אייערנעכטן.
מיר װעלן אַפֿילו אפֿשר אויך אָנהייבן בענקען — אַזוי װי די אַלטע לײַט, נאָכן נעכטן און אײערנעכטן.
און מיר װעלן פֿאַרגעסן, אַז דער שלום ־ אָפּמאַך, כאָטש ער איז נישט קײן פֿולער און נישט מיט אַלע אַנדערע אונדזערע שכנים — האָט װײניקסטנס אָפּגעלײגט און פֿאַרמיטן, אַפֿילו װען אויף אַ באַשרענקטער צײַט, די געפֿאַר פֿון אַ נײַער מלחמה, װאָס אַ טײל פֿון אונדז האָבן אַזוי גיך שוין פֿאַרגעסן איר ביטערן טעם.
און די, װאָס װעלן דאַרפֿן באַצאָלן דעם אוממיטלבאַרן פּרײַז פֿאַרן שלום, די באַזידלערס פֿון אופֿירה, פֿון ימית און פֿון פּתחת רפֿיח, װעלן מסתּמא גיך פֿאַרגעסן, אַז עס איז בעסער צו װערן, אַזוי װי עס שטײט זײ פֿאָר, פּליטים פֿון שלום אײדער פּליטים פֿון מלחמה; די װאָס װעלן דאַרפֿן באַצאָלן דעם פּרײַז פֿאַר זײער היפּער ־ פּאַטריאָטיזם און פֿאַר זייערע זעלבסט ־ אילוזיעס, זײ װעלן אַװדאי פֿאַרגעסן — און זײ פֿאַרגעסן דאָס שוין — אַז עס איז דאָך נישט אַזוי געפֿערלעך, כאָטש נישט אַזוי אָנגענעם, צו זײַן פּליטים דע לוקס און צו װערן פֿאַרגיטיקט מיט אַזאַ ברײטער האַנט אויפֿן חשבּון הכּלל, פֿאַר זײער מיליטאַנטישקייט בײַם דערפֿילן די "נאַציאָנאַלע שליחות" — װי עס װאָלט זיי װער כּלוֹמרשט געהאַט געצװוּנגען די דאָזיקע שליחות צו דערפֿילן (הגם עס איז אויך אמת, אַז די רעגירונג האָט זיי צו דער דאָזיקער שליחות דערמוטיקט).
אָבער װי שײן און װי דערהויבן עס זאָל נישט קלינגען דאָס װאָרט "שלום" — קענען מיר אים זײער, זײער לײַכט פֿאַרטאַכליעװען און פֿאַרשפּילן, אויב מיר װעלן נישט װיסן װי אַזוי זיך מיט אים אומצוגיין — אַזוי װי אַ מאַמע דאַרף װיסן װי אַזוי זיך אומצוגיין מיט איר קליינעם עוֹפֿעלע. גראָד װען עס דראָען נאָך אַזוי פֿיל געפֿאַרן מצד די, װאָס קענען אונדז דאָס נישט פֿאַרגינען — פֿון דרויסן און פֿון אינעװײניק.
אָבער — לאָמיר זיך נישט פֿאַרשטערן די שׂימחה פֿון שלום, און לאָמיר אויך נישט מאַכן זיך, צומאָרגנס נאָכן שלום, קײן נײַע אילוזיעס: נישט קיין ביטערע און נישט קיין זיסע.
לאָמיר דעם שלום נאָר געבן אַ שאַנס.
עפּילאָג
מיטן חתמנען דעם שלום-אָפּמאַך צװישן מדינת ישׂראל און מצרים האָט זיך געשלאָסן דער ערשטער אַקט — אָבער דאָס איז נאָך װײַט נישט דער סוף פֿון דער דראַמע.
אויפֿן שװעל פֿון דעם צװײטן אַקט פון דער דראַמע פֿון חלום צו שלום מערקן זיך סימנים פֿון אַנטװיקלונגען, װאָס װעלן אַװדאי זײַן נישט װײניקער, און אפֿשר נאָך מער שפּאַנענדיק װי אין דעם ערשטן אַקט, װאָס איז נאָרװאָס פֿאַרלאָפֿן פֿאַר אונדזערע אויגן — כאָטש עס קען זיך דאַכטן, אַז די תּקופֿה פֿון דראַמעס איז שוין פֿאַרבײַ.
און דאָך —האָט דאָך אָבער די געשיכטע פונעם ערשטן אַקט שוין דערװיזן, אַז דאָס אוממעגלעכע קען אויך װערן מעגלעך.
ווער ווייס....
װער װײס...
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען