| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
דאָס פֿאַרשװענדעטע יאָר 2013
אַזוי װי מיר װינטשן בײַ יעדן אָנהייב פֿון אַ נײַעם יאָר אַז עס זאָל זײַן אַ גוט יאָר, אַ יאָר פֿון מזל, הצלחה און שלום, - װי מיר טוען עס אויך איצט, זײַנען די װוּנטשן אַלע מאָל באַגלײט מיט דער האָפֿענונג, אַז זײ װעלן אַלע מקויים װערן און אַז דאָס נײַע יאָר װעט זײַן בעסער װי דאָס פֿריִערדיקע. װען דאָס װאָלט טאַקע אַזוי געװען, װאָלט די װעלט הײַנט געהאַט אַ שענער פּנים און דאָס לעבן פון די מענטשן װאָלט געהאַט אַ בעסערע מערכה. צום באַדויערן אָבער איז נאָך טאַקע נישט געװען אַזאַ גרויסער װוּקס פֿון מיליאַרדערן, און נישט קיין קלענערער װוּקס פֿון דער צאָל צוגעקומענע קבּצנים. באַזונדערס אין ישׂראל, װאָס האָט אין דעם אַװעקגעגאַנגענעם יאָר דערגרייכט אַ נײַעם "רעקאָרד”, פֿאַרנעמענדיק איינס פּון די העכסטע ערטער אין דער רשימה פֿון די סאָציאַלע קאָנטראַסטן אין דער מערבֿדיקער װעלט. דער דאָזיקער פֿאַקט װערט געבראַכט אין דעם יערלעכן באַריכט פון , OECD די אָרגאַניזאַציע פֿון די אינדוסטריעל אַנטװיקלטע לענדער. לויט די אָנגעבונגען פון דעם דאָזיקן באַריכט, װעלכער באַציט זיך צו די 15 יאָר פֿון 1995 ביז 2010 האָט זיך די צאָל בירגער אין לאַנד, װאָס געהערן צום אָרעמקייט-שיכט לויט די קריטעריעס פון אָט דער אָרגאַניזאַציע, פֿאַרגרעסערט אין די פֿופֿצן יאָר פֿון 13.8% אויף 20.9%, און לויט די באַריכטן פון אַנדערע סטאַטיסטישע פֿאַקטאָרן, איז זייער פּראָצענט‑זאַץ װײַטער געשטיגן אין די לעצטע דרײַ יאָר אין רעזולטאַט פֿון נתניהוס "עקאָנאָמישער רעפֿאָרם" פֿון דער צוגעאײַלטער פּריװאַטיזאַציע פֿון דער װירטשאַפֿט. צום קרײַז פֿון אָרעמקייט געהערן אויך משפּחות מיט צוויי אַרבעטנדיִקע, װאָס פֿון זייער בײדנס פֿאַרדינסט קען אַ משפחה נישט אויסלעבן דעם ח וֹ דש. די רעגיונג פֿון נתּניהו באַרימט זיך מיט דער דערגרייכטער כּל וֹ מרשט נידעריקער אַרבעטלאָזיקייט פֿון 6.2%. אויך דאָס געהערט צו די רעגולערע בלאָפֿן פֿון דער מלוכישער סאַטיסטיק, װײל פֿיל טויזנטער אַרבעטער, אַ הויכער פּראָצענט פֿון די צוריק באַשעפטיקטע, אַרבעטן אויף האַלבע פּאָסטנס און זייער לוין איז נידעריקער אַפֿילו פֿונעם געזעצלעכן מינימום-לוין. דאָס מײנט נישט חלילה, אַז די איצטיקע רעגירונג װי די המשך-רעגירונג פֿונעם "ליכּוד", אָבער מיט אַיר נאָך מער ראַדיקאל‑ רעאַקציאָנערן צוזאַמענשטעל, איז חלילה אַרבעטלאָז אָדער נישט גענוג באַשעפֿטיקט. פֿאַרקערט, זי איז זייער שטאַרק באשעפּטיקט מיט פּראָדוצירן און צוגרייטן געזעצן װאָס פֿאַרטיפֿן נאָך מער די אָרעמקייט, קירצן די סובסידיעס פֿאַר קינדער, פֿאַר בילדונג און פֿאַר װוילשטאַנד, באַשרענקען די בירגערלעכע פֿרײַהײטן, די רעכט פֿון די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן, פון די יורידישע אינסטאַנצן און אָרגאַניזאַציעס צו באַשיצן די מענטשן‑רעכט פֿאַר די פּליטים און בירגער, און לייגן אָן אַלץ מער און אַלץ שװערערע קלעצער אונטער די רעדער פון דעם שלום‑אָנשטרענג, כּדי צו מאַכן דעם דערוואַרטן שלום פֿאַר ישראל פֿאַר אוממעגלעך צו דערגרייכן.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען