![]() | ||||
![]() | ||||
| ||||
![]() | ||||
![]() |
![]() |
![]() |
![]() |
||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
ï¬®× × ï¬® ×¨ï¬¯×–×¢× ×˜ï¬®×œ
אליהו יאָנעס / ירושלים
אַננאַ ראָזענטאַל איז געװען איינע פֿון די אינטערעסאַנטסטע געשטאַלטן פֿון דער ייִדישער אַרבעטער ־ באַװעגונג אין צאַרישן רוסלאַנד און, גאָר באַזונדערס צװישן די ייִדישע פֿרויען אין װילנע פֿון פֿאַרן ייִדישן חורבּן אײראָפּע. זי איז געבוירן געװאָרן דעם 1טן אָקטאָבער 1872 אין װאָלקאָװיסק, גראָדנער גובערניע, אַ טאָכטער פֿון דער פֿאַמיליע העלער, װעלכע האָט זיך געגרויסט מיט איר מיוחסדיקן אָפּשטאַם פֿון תּוספֿות יום ־ טובֿ. אירע קינדער ־ יאָרן האָט זי פֿאַרבראַכט אין אַ "הויף" ניט װײַט פֿון גראָדנע, װאָס איר פֿאָטער, אַ י יִ ד אַ משׂכּיל, האָט געהאַט אַרענדירט. נאָך איר ערשטער בילדונג איז זי אַריבערגעפֿאָרן קײן װילנע, דאָרט באַלײגט דעם עקזאַמען אין װילנער קוראַטאָריום אויף אַ הויז־לערערין. שפּעטער שטודירט נאַטור ־ װיסנשאַפט אויפן בערלינער אוניװערסיטעט. אין די יאָרן 1893/94 געװאָרן אַר ײַ נגעצויגן אין דער "חובֿבֿי ציון" ־ באַװעגונג, אָבער אין 1896 זיך אָנגעשלאָסן אין די ײדישע רעװאָלוציאָנערע אַרבעטער ־ קרײַזלעך, פֿון װעלכע עס איז מיט אַ יאָר שפּעטער אויפֿגעקומען דער "בונד". צװאַנציק יאָר שפּעטער, אין יאָר 1917, איז זי שוין געװאָרן אויסגעװײלט װי אַ מיטגליד אין דעם צענטראַל ־ קאָמיטעט פֿון "בונד" אין רוסלאַנד. אין אָט די אַלע יאָרן האָט זי זיך אָפּגעגעבן מיט אַרויסגעבן פּאָפּולער ־ װיסנשאַפֿטלעכע ליטעראַטור אויף ייִדיש אין די ראַמען פֿון איר טעטיקייט אין די אַ.ג. "זשאַרגאָנישע קאָמיטעטן", צוזאַמען מיט איר מאַן פּאַול ראָזענטאַל (ער האָט מיט איר חתונה געהאַט אין 1899 און האָט דאַן צוגעגעבן צו זײַן נאָמען "אַנאַס מאַן"). אין משך פֿון די אַלע יאָרן איז זי אָפֿט געװען אַרעסטירט, און דרײַ מאָל איז זי צוזאַמען מיט איר מאַן געװען פֿאַרשיקט. אין מערץ 1904 האָט זי זיך באַטייליקט אין אַ באַװאָפֿנטן אויפֿשטאַנד פֿון פּאָליטישע פֿאַרשיקטע אין יאַקוצק ("ראָמאַנאָװקאַ") און איז פֿאַרמישפּט געװאָרן אויף 12 יאָר קאַטאָרגע. אין נאָװעמבער 1905 איז זי צוזאַמען מיט אַלע "ראָמאַנאָװקער" געװאָרן אַמנעסטירט און האָט זיך צוריקגעקערט קיין װילנע. װי אַ מיטגליד פֿון װילנער קאָמיטעט פֿון "בונד" איז זי געװען אַקטיװ אינעם קאַמף פֿאַר ייִדיש אין דער װילנער אָפּטיילונג פֿון דער "חבֿרת מפֿיצי השׂכּלה", (געזעלשאַפֿט צו פֿאַרשפּרײטן בילדונג), געװען מיטגרינדערין פֿון דער מפֿיצי השׂכּלה ־ ביבליאָטעק, װאָס איז געװען איינע פֿון די באַדײַטנדיקסטע ייִדישע ביבליאָטעקן אין פּוילן. אין די יאָרן 1914-1915 האָט זי זיך באַטײליקט אין גרינדן ייִדישע קינדערהײמען פֿאַר קינדער פֿון הײמלאָזע משפּחות. אין די יאָרן 1915 ביז 1917 האָט זי אָנטײלגענומען אין דער פּעדאַגאָגישער אַרבעט פֿון "אָזע" אין פּעטערבורג, און אין 1919 ־ 1920 - אין דער ביבלאָטעקאַרישער אַרבעט פֿון דער "קולטורליגע". דאַן קערט זי זיך צוריק קײַן װילנע, װוּ זי איז זינט 1921 אַ מיטגליד אין דאָרטיקן צענטראַלן בילדונגס ־ קאָמיטעט (צ.ב.ק.) און פֿון 1925- אין דער פֿאַרװאַלטונג פֿון ציש"אָ אין פּוילן און אין דער ביבליאָגראַפֿישער צענטראַלע פֿון ייִװ"אָ, דעם ייִדישן װיסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט. גלײַך נאָכן סוף פֿון דער ערשטער װעלט ־ מלחמה האָבן בײדע - אַננאַ און איר מאַן - זיך אַרײַנגעטאָן אין דער טעאָרעטישער און פּראַקטישער אַרבעט און אין דער קולטור ־ טעטיקייט. אין די לעגאַל געװאָרענע באַדינגונגען זײַנען שוין די צײַטונגען דערשינען עפֿנטלעך, די ייִדיש־װעלטלעכע שולן זײַנען זיך צעװאַקסן און זיך אויסגעשפּרײט איבער גאַנץ פּוילן. דער צענטער פֿון דער פּאַרטיי, פֿון די צײַטונגען און פֿון דעם שולװעזן איז אַריבער קיין װאַרשע. אַננאַ איז געװאָרן אויסגעװײלט אַלס מיטגליד פֿון דער פֿאַרװאַלטונג פֿון ציש"אָ - די צענטראַלע ייִדישע שול־אָרגאַניזאַציע. אין די אַלע יאָרן פֿון זײער אידעיִשער, געזעלשאַפֿטלעכער און קולטור ־ טעטיקייט האָבן בײדע זיך געלערנט און דערװאָרבן די אַקאַדעמישע פּראָפֿעסיעס - אַננאַ װי אַ דענטיסטין און פּאַול װי אַן אויגן ־ דאָקטער. אָבער כּדי די פּראָפֿעסיאָנעלע אַרבעט זאָל זיי ניט שטערן אין זייער געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקייט, האָבן זיי געעפֿנט אַ בשותּפֿותדיקע לאַבאָראַטאָריע פֿון מעדיצינישע אַנאַליזן. אָבער אין 1924 איז פּאַול אַװעק פֿון דער װעלט, און אַננאַ איז געבליבן אַלײן. די לאַבאָראַטאָריע איז, װ ײַזט אויס, נישט געװען קיין גענוגנדיקער מקור פֿון הכנסה און זי האָט געלעבט זײער באַשײדן. אין דעם גרויסן סאַלאָן פֿון איר װױנונג האָט אַננאַ געפֿירט אירע געזעלשאַפֿטלעכע און פּאַרטיי יִ שע טעטקייטן און אין אַ קלײנעם צימער - די לאַבאָראַטאָריע. אַ שלאַנקע, מיט דורכזיכטיקע קלוגע אויגן און אַן אָפֿן געזיכט, שטענדיק אין טונקל ־ גרויע קלײדער, פלעגט זי, אַראָפּנעמענדיק דעם װ ײַ סן כאַלאַט, שפּאַנען מיט שטילע טריט װי שװעבנדיק פֿון דער לאַבאָראַטאָריע צום עס ־ צימער, צו איר פּאַרטיייִשער אַרבעט. איר צער האָט זי געטראָגן שטיל און געצוימט אין איר קאַלטער, נישט געהייצטער שטוב - אַפֿילו אין די װילנער פּראָסטיקע װינטער ־ חדשים. אלײן, אײנזאַם, האָט זי פֿאַרברענגט אירע טעג און נעכט צװישן איין זיצונג און דער אַנדערער. אַננאַ ראָזענטאַל איז אויסגעװײלט געװאָרן אַלס פֿאָרזיצערין פֿון "בונד" אין װילנע. די זיצונגען פֿון די שטאָטישע קאָמיסיעס פֿון דער פּאַרטיי, װי אויך פֿון דעם יוגנט ־ בונד "צוקונפֿט און פֿון די "העלפֿערס" פֿון "סקיפ" - דעם סאָציאַליסטישן קינדער ־ פֿאַרבאַנד - פֿלעגן פֿאָרקומען אין אַננאַ ראָזענטאַלס עס ־ צימער. שטיל און זאַכלעך האָט זי געפֿירט די זיצונגען. זי האָט נישט אויסגערעדט קיין איבעריק װאָרט, געדולדיק אויסגעהערט די מײנונגען פֿון חברים און אַרײנגעטראָגן אירע פֿאָרשלאָגן און רעזומירונגען, װאָס זײנען געבוירן געװאָרן אין די לאַנגע שעהן פֿון איר אַליינזײַן. אויף די פֿאַרזאַמלונגען, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין פּאַרטיייִשן לאָקאַל, פֿלעגט זי אויפֿגענומען װערן מיט טיפֿן רעספּעקט. זי האָט קיין איין "סקיפ" ־ לאַגער נישט פֿאַרפֿעלט. זי פֿלעגט קומען צו פֿאָרן אויף אַ פּױעריש פֿורל און זיך אינטערעסירן מיט אַלע פּרטים פֿון דער טאָג ־ אָרדענונג און פֿון דער היגיענע. ביז עס איז אָנגעקומען דער פֿינצטערער סעפּטעמבער 1939. זי איז געשטאַנען בײַם פֿענצטער און האָט דורך אַ שפּאַלט צװישן די צװײ האַלבע פֿאָרהאַנגען אַראָפּגעקוקט צו די טאַנקן. זי האָט מיר געעפֿנט די טיר און נישט אויסגערעדט קײן װאָרט. אָבער דערזעענדיק װי פּוילישע ייִנגלעך הײבן אָן אַרויסרײַסן בלומען פֿון די קלומבעס און װאַרפֿן אויף די סאָװיעטישע טאַנקן, האָט זי פּלוצעם צו מיר אַ זאָג געטאָן: דו מוזט אַנטלויפֿן פֿון װילנע, װאָס גיכער. אויף צפֿון, אפֿשר קיין סקאַנדינאַװיע. אָט די ייִנגלעך, אַלע קענען דיך און זײ זײַנען פֿאַר דיר געפֿערלעך. שפּעטער איז אַרײַנגעקומען יאַנקל זשעלעזניקאָװ. אַננאַ האָט אים געזאָגט װעגן מיר, אַז איך דאַרף אַנטלויפֿן. "אַװדאי", האָט ער צוגעגעבן, "יעדער סמאַרקאַטש װעט דיך פֿאַרמסרן". - און, װאָס װעט זײַן מיט אײַך? - האָב איך געפֿרעגט. - מיט אונדז װעט גאָרניט געשען. אַלטע ייִדן. זײ האָבן אונדז געװיס פֿאַרגעסן. - "מענשעװיקעס" ?! - האָב איך געזאָגט מיט אַ ציטער, געמישט מיט אַ ביטערן שמײכל, כּדי אויפֿצולײזן די שפּאַנונג. - װער טראַכט װעגן אונדז, האָט געזאָגט אַננאַ, לענין איז שוין ניטאָ, און טראָצקי אויך ניט. און סטאַלינען ליגן מיר ניט אַפֿילו אין דער לינקער פּיאַטע... איך האָב נאָך קײנמאָל ניט געהערט אננא זאָל זיך אויסדריקן אויף אַזאַ פֿרײַען אוֹפֿן. אפֿשר כּדי צו פֿאַרטרײַבן דעם אומרו, װאָס האָט אפֿשר שוין אָנגעהויבן צו נויערן אין די טיפֿענישן פֿון איר אונטערבאַװוּסטזײַן. ** * ...איך בין אַנטלאָפֿן. קײן סקאַנדינאַװיע בין איך ניט דערגאַנגען. אָבער די אַלטיטשקע אַננאַ ראָזענטאַל איז געװען אויף דער רשימה פֿון די געהײמל ײַ ט, װאָס האָבן די טאַנקן באַגלייט. אין די ערשטע טעג פֿון דער רויטער אַרמײ אין װילנע. אַלע זײַנען זײ געװען אויף דער רשימה פֿון סטאַלינס לינקער פּיאַטע: אַלע מיטגלידער פֿון װילנער קאָמיטעט פֿון "בונד", פֿון "צוקונפֿט", אַפֿילו פֿון "סקיפֿ"... אַזוי האָט זיך עס אַרויס־ געװיזן נאָך דער מלחמה. ... "און ביזן הײַ נטיקן טאָג טוט קיינער נישט װיסן װוּ איר קבֿר איז..." (דבֿרים, לד. ו.). אויך דער קבֿר פֿון יאַנקל זשעלעזניקאָװ איז געבליבן דאָרט ערגעץ װוּ פֿאַראײנזאַמט אין סיביר.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען