| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אונדזער ליטעראַרישער װאַרשטאַט
צװײ יוסף ראָטנבערגס גלי דרוקר בר-עם
איך האָב לעצטנס געלייענט צוויי ביכער פֿון יוסף ראָטנבערג. גענויער: דאָס ערשטע בוך איז אַן אויטאָביאָגראַפֿיע, געשריבן פֿון יוסף ראָטנבערג, און הייסט 'פֿון וואַרשע ביז שאַנכײַ' (דערשינען אין מעקסיקע 1948); דאָס צווייטע בוך איז אויך וועגן יוסף ראָטנבערג, אַרויסגעגעבן פֿון אַ קאָמיטעט צו ראָטנבערגס ערשטן יאָרצײַט (דערשינען אין ת"א, 1961). צו מײַן איבערראַשונג האָב איך דערזען, אַז די צוויי ביכער באַהאַנדלען צוויי באַזונדערע פּערזאָנען: דער ערשטער יוסף ראָטנבערג איז געבוירן געוואָרן אין לעווערטאָוו (לובלינער קאַנט) אין 1903. צו 11 יאָר האָט זיך די משפּחה אריבערגעצויגן קיין וואַרשע. זײַנע עלטערן זײַנען געווען פּשוטע אַרבעטער. אין זײַן יוגנט געווען אַ מיטגליד אין יוגנט־בונד 'צוקונפֿט' און געוואָרן אַ בונדיסט. דערנאָך האָט ער געאַרבעט ווי אַ ייִדיש־לערער אין שולן פֿון ציש"אָ. ווען עס איז אויסגעבראָכן די מלחמה איז ראָטנבערג אַנטלאָפֿן פֿון וואַרשע קיין ביאַליסטאָק, ווילנע און ווײַטער, אין טיפֿן ראַטן־ פֿאַרבאַנד, ביז יאַפּאַן און כינע. אין זײַן בוך, אין װעלכן ער האָט באַשריבן זײַנע איבערלעבונגען אין די מלחמה־יאָרן, האָט ער נישט דערציילט וואָס איז מיט אים געשען ווען די מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט. פֿון דעם 'לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור' לערנען מיר אַבער, אַז אין 1947 איז ער אָנגעקומען קיין מעקסיקע, געווען אַ לערער אין דער ייִדישער מיטלשול און אין דעם ייִדישן לערער סעמינאַר. ער איז אויך געווען דער גרינדער פֿון פֿאַרלאַג 'מענדעלסאַן-פֿאָנד', וואָס האָט אַרויסגעגעבן איבער 20 ביכער. ער איז געשטאָרבן אין מעקסיקע דעם 13טן יוני 1984. דער צווייטער יוסף ראָטנבערג איז געבוירן געוואָרן אין באַלוט, לאָדזש אין 1914. יוסף איז געווען אַ שילער אין דער "באָראָכאָוו־שול", געוואָרן אַ 'באָראָכאָוויסט', אַ מיטגליד אין דער פּאַרטײ פֿון די 'לינקע פועלי ציון'. ווי אַ דערוואַק־ סענער האָט ער געאַרבעט אין דער "טעקסטיל־ בראַנזשע", װי מען האָט דעמאָלט אָנגערופֿן דעם טעקסטיל־צװײַג. אויך; ער איז געווען אַ פֿלײַסי־ קער טוער אין זײַן באַוועגונג און אויך ער איז אין די מלחמה־יאָרן, אַזוי ווי דער אַנדערער יוסף ראָטנבערג, אַנטלאָפֿן קיין ראַטן־פֿאַרבאַנד. נאָכן חורבּן זיך צוריקגעקערט קיין לאָדזש, װוּ ער איז געװאָרן אַקטיוו בײַם בויען דאָס ייִדישע לעבן פֿון דאָס נײַ דורך די 'ייִדישע קאַמיטעטן'. אין 1948 איז יוסף ראָטנבערג דער פּועלי־ ציוניסט אָנגעקומען קיין ישׂראל מיט זײַן ווײַב און זיך באַזעצט אין תּל-אָבֿיבֿ. דאָ איז ער געווען דער גרינדער און פֿאַרװאַלטער פֿון דער י"ל פּרץ בּיבּליאָטעק און פֿאַרלאַג. ער איז געשטאַנען בראש פֿון די צוויי אינסטיטוציעס ביז זײַן פֿריִ־ צײַטיקן טויט, ערבֿ פּסח דעם 10טן אַפּריל 1960. אונטער זײַן אָנפֿירונג די דאָזיקע אינסטיטו־ ציעס דערגאַנגען צו דער מדרגה פֿון אַ 'יש'- זיי האָבן אין יענע יאָרן געהערט צו די וויכטיק־ סטע אינסטיטוציעס אין דעם יידיש־סעקטאָר פֿון דער ישׂראלדיקער קולטור סבֿיבֿה. 'ווײַל מיר זענען ציוניסטן, פֿאַרוואָרצלטע אין ישׂראלס ערד'- האָט ראָטענבערג דערקלערט, 'מיר זענען די, וועלכע האָבן צוזאַמענגעפּאָרט 'ייִדישקייט' (אין זין פֿון ייִדיש) מיט ישׂראל־ פּאַטריאָטיזם... די וואָס ווילן אויסנוצן ייִדיש כּדי אַ בריקע צו טאָן מדינת ישׂראל... טוען אַ שלעכטע זאַך, און דערצו נאָך שעדיקן זיי דעם קאַמף פֿאַר ייִדיש', האָט ער געטענהט (ז' 108 אין דעם אָנדענק בוך).
צוויי ייִדישע מענטשן מיטן זעלבן נאָמען, געבוירן אין אָרעמקייט, אויסגעחלומט וועגן ייִדיש, און געווידמעט זייער לעבן דער יידישער קולטור און דער מאָדערנער ייִדישקייט. ביידע האָבן געליטן פֿון אַלץ וואָס דער 20סטער יאָרהונדערט האָט געטראָגן מיט זיך כלפי די מזרח־אײראָפּעיִשע ייִדן. אפֿשר דערפֿאַר, ווערן די צוויי ראָטנבערגס באַשריבן אין די צוויי באַזונדערע ביכער ווי העלדן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור. זיי זײַנען געווען פֿאָלקסמענטשן אין פֿולן באַטײַט פֿון דעם װאָרט: געטרײַע, באַשיידענע און איבערגעגעבענע טוערס - יעדער איינער פֿון זײַן אידעאָלאָגישן קוקװינקל - פֿאַר אַ יושר־ דיקער װעלט און פֿאַר דער מאָדערנער װעלט־ לעכער ייִדישקייט, מיט ווייניק וואָרט, אָבער 'מיט אַ סך האַרץ.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען