- אַזוי האָבן געענטפֿערט די שילער פֿון דער עליטאַרער ליידי דייװיס שול אין תל-אבֿיבֿ אויף דער אַנקעטע, אין װעלכער זיי זענען געבעטן געװאָרן באַשרײַבן זײערע געפֿילן נאָך דער צװײטער לבֿנונישער מלחמה.
די אַנקעטע איז פֿאַרטיילט געװאָרן צװישן די תלמידים פון "עמל", די נעץ פון פֿאַך-מיטלשולן אין לאַנד. פֿאר דעם האָבן די לערער געשמועסט מיט די שילער װעגן דער מלחמה, און נאָכן שמועס איז פֿאַרטיילט געװאָרן צװישן זיי די אַנקעטע מיט 20 פֿראַגעס. אויף דער פֿראַגע: װעמען װאָלסטו מקנא געװען? - האָבן אַ צאָל תלמידים געענטפֿערט, אַז זיי זענען מקנא די סאָלדאַטן פון צה"ל, װײַל זײ הרגענען אַראַבער.