×ורי צבי ×’×¨×™× ×‘×¢×¨×’ / במלכות הצלב – ×ין מלכות ïŽ×•×Ÿ ×¦×œ× â€“
אַפּראַכט ־ אויסגאַבע אין אַלבאָם ־ פֿאָרמאַט פֿון דער קרעפֿטיקער אַפּאָקאַליפּטישער פּאָעמע, װאָס אורי צבּי גרינבערג האָט געשריבן אויף ייִדיש און האָט זי פֿאַרעפֿנטלעכט אין דעם דורך אים רעדאַגירטן זשורנאַל "אַלבאַטראָס" אין 1923 אין בערלין - אין דער העברעיִשער איבערזעצונג פֿון בּנימין הרשבֿ .
אין דעם אַלבאָם ־ פֿאָרמיקן בוך דערשײַנט אויך דער אָריגי ־ נעלער ִייִדישער טעקסט פֿון דער פּאָעמע, מיט אַ פאַרטיפֿטן אַנאַליז פֿון פּראָפֿ. אברהם נאָװערשטערן (פֿון זײַן בוך "קסם הדמדומים - אפוקליפסה ומשיחיות בספרות יידיש" [דער צויבער פֿון דעמערונג - חורבּן ־ נבואַה און משיחיזם אין דער ייִדישער ליטעראַטור]) װי אַ נאָכװאָרט. 76 ז"ז 26 X 24 ס"מ, װײכער אײַנבינד, אילוסטרירט מיט קאָליריקע בילדער פֿון ישראלדיקע קינסטלער. אַרויסגעגעבן דורך דעם בית מורשת אצ"ג און בית שלום עליכם, ירושלים תשס"ז 2006.