װי עס גיט איבער די טעגלעכע פּרעסע, האָט די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע דערלאנגט דער רעגירונג פֿון ישראל אַ פּראָטעסט קעגן איר באַשלוס צו באַנײַען דעם אָפֿערטן-קאָנקורס צװישן די בוי-אונטערנעמער װעגן אויסבויען נײַע 690 דירות אויף די אָקופּירטע שטחים - אַ זאַך װאָס איז עלול צו פֿאַרשליסן דעם װעג צו באַנײַען דעם פּאָליטישן פּראָצעס. דער אינטענסיװער פאַרבויונגס-שװוּנג אויף די שטחים האָט זיך בּמילא נישט אָפּגע-שטעלט, חוץ דער אָפֿיציעלער פּראָקלאַמירונג פֿון די אָפֿענע בוי-קאָנקורסן.דער עיקר אָבער פֿרעגט מען אין װאַשינגטאָן: פֿון װאַנען נעמט איר דאָס געלט צו בויען אויף די פּאַלעסטינער שטחים, װען איר בעט פֿון אונדז רעטונגס-הילף צו "דעקן" די פיל מיליאַרדיקע שאָדנס פֿון דער לבֿנונישער מלחמה ?