אַ × ï¬Ÿ×¢×¨ ï¬¯× ×¢×¨×§×¢× ×•× ×’×¡Ö¾ï„רײַז ïŽï¬®×¨ ×™ï¬×“יש־אַקטיאָרן
פֿאַר זײער צושטייער צו דער קולטור פֿון ייִדישן פֿאָלק - איז אויסגעטיילט געװאָרן פֿון דעם פֿאַראיין פֿון די ישראלדיקע אַרטיסטן, "אמי" נאָך דער גאַלאַ־פֿאָרשטעלונג פֿון יצחק באַשעװיס־זינגערס דראַמאַ טישער פּיעסע "די לעצטע ליבע", אין "ייִדישפּיל".
די פּרעמירטע אַקטיאָרן זענען: עטל קאָװענסקאַ, - װעלכע לעבט אויף דער בינע פֿון זינט זי איז אַלט געװען 15 יאָר, װי אַ תּלמידה פֿון שלמה מיכאָעלס; יעקב באָדאַ - צו זײַנע 50 יאָר אויף דער בינע; יעקב (יאַנקעלע) אַלפּערין - צו זײַן װערן 85, און נאָך אַלץ אויף דער בינע; און - שמואל עצמון-װירצער, דער גרינדער, קינסטלערישער פֿאַרװאַלטער, אַקטיאָר, רעזשיסער און לעבעדיקער גײַסט פֿון ייִדישן טעאַטער "ייִדישפּיל" אין ישראל. אָנהייבנדיק פֿון חנוכה קומט "ייִדישפּיל" אַרויס מיט אַ נײַער פּיעסע - "מסעות בּנימין השלישי" דאָס מאָל אָבער װי אַ מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג מיט יעקב באָדאָ און ששי קשתּ אין די הויפּט-ראָלן.