| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אַ סאָלוט ïŽï¬®×¨ ×“×¢× ×°×¢×¨×§ ×ון ï¬¯× ×“×¢× ×§ ïŽ×•×Ÿ ××‘×¨×”× ×™×¦×—×§ ×œ×¢×¨× ×¢×¨ –
צו זײַן 100־סטן געבוירניאָר
װען דער מאַן, װעמען עס איז געװען געװידמעט דער פֿײַערלעכער פֿרימאָרגן װאָלט געלעבט, װאָלט ער זיך שטאַרק דערװאַרעמט פֿון די לויב־רײד און דעם סאַלוט, װאָס איז אים געמאַכט געװאָרן דורך דעם קולטור־קרײַז בײַם אַרבעטער־רינג אין תּל־אבֿיבֿ פֿאַר זײַנע גרויסע אויפֿטוען לטוֹבֿת דער שאַפֿערישער ייִדישװעלט - צו דער געלעגנהייט פֿון אָפּמערקן זײַן 100־סטן געבוירניאָר. אַ טײל פֿון דעם סאַלוט איז געװאָרן געריכטעט אויפֿן אַדרעס פֿון עֹפֿרה אַליגון, די פֿאָרזיצערין פֿון דעם לערנער־פֿאָנד, װעלכע פֿירט אויס זײַן צװאַה צו העלפֿן דער ייִדישער קולטור ־ טעטיקייט מיט די פֿאָנדן פֿון זײַן איבערגעלאָזטער ירושה. אַ סך לויב מיט סך שירה, װאָס דער עקסטרעם ־ באַשיידענער נדבֿן האָט בײַ זײַן לעבן ליב געהאַט צו הערן פֿאַר אַנדערע - נישט פֿאַר זיך. דעם דאָזיקן דאָמינירנדיקן שטריך פֿון זײַן כאַראַקטער און לעבנס־װעג האָבן אונטערגעשטראָכן אַלע רעדנער און אַלע די װאָס זענען אויפֿגעטראָטן - װער מיט אַ באַגריסונגס ־ װאָרט און װער מיט אַ קינסטלערישן "נומער" אין דעם רײַכן פּראָגראַם פֿון דעם פֿײַערלעכן פֿרימאָרגן, מיט װעלכן עס האָט אָנגעפֿירט ח' מיכאל װײַנאַפּעל - בן־אברהם. נאָך זײַן קורצן אַרײַנפֿיר־װאָרט האָט ער פֿאָר־ געלייענט אַ ליד לזכֿר דעם שטילן גרויסן נדבֿן אברהם יצחק לערנער, פֿון דער דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, װעלכע האָט איר שלוס־װאָרט בײַם סוף פֿון דעם פּראָגראַם געװידמעט דעם גרויסן בײַטראָג פֿון דעם לערנער־פֿאָנד און פֿון דער טיכטיקער פֿאָרזיצערין פֿון דעם פֿאָנד, עֹפֿרה אַליגון פֿאַר ייִדיש אין ישראל. דערמוטיקט פֿון די לויב־רײד האָט עֹפֿרה אַליגון אין איר װאָרט דערצײלט װעגן איר באַקאַנטשאַפֿט מיט לערנערן און װי אַזוי זי אַלײן, אַ העברעיִשע זשורנאַליסטין, האָט אין די 13 יאָר װאָס זי שטייט בראָש פֿון דעם פֿאָנד זיך צוגעבונדן צו ייִדיש און שוין באַװיזן אָנצושרײַבן אין ייִדיש עטלעכע דערצײלונגען, װאָס האָבן געהאַט אַ גוטן אָפּקלאַנג... שמואל עצמון, דער קינסטלערישער און אַדמיניסטראַטיװער פֿאַרװאַלטער פֿון "ייִדישפּיל", האָט דערצײלט װעגן דער גרויסער אונטער שטיצונג, װאָס לערנער האָט געגעבן דעם טעאַטער. די װאָרט־קינסטלערין שורה גרינהויז־־טורקאָװ האָט רעציטירט אַ לויב־ ליד פֿאַר ייִדיש, פֿון דעם דיכטער נחמן ראַפּפּ. װעגן דעם לעבן און די כאַראַקטער־שטריכן פֿון "דעם נדבֿן, װאָס האָט געפֿירט אַ געהײמען, און לחלוטין נישט קיין פּלאַטאָנישן, ליבע־ראָמאַן מיט ייִדיש", האָט דערצײלט אין זײַן װאָרט ח' יצחק לודען. מיט פיל דאַנקשאַפֿט און פֿאַרערונג פֿאַר דעם שטילן מאַן מיטן גרויסן האַרץ - האָט גערעדט דער באַקאַנטער "ייִדישער שרײַבער אין רוסישן לשון", גריגאָרי קאַנאָװיטש, און עס האָט אויך דערצײלט זײַנע דערמאָנונגען דניאל גלאי, דער פֿאָרזיצער פֿון דעם שרײַבער־פֿאַראַיין. דעם פֿײַערלעכן פֿרימאָרגן האָט צוגעגעבן "קאָליר און קלאַנג" דער אויפֿטריט פֿון װיראַ לאָזינסקאַיאַ, װעלכע האָט אויפֿגעזונגען דרײ לידער - " די קרעניצע" פֿון איציק פֿעפֿער (מוזיק: חוה אַלבערשטיין, אין דער באַאַרבעטונג און קלאַװיר־באַגלייטונג פֿון רעגינאַ דריקער), געבירטיגס "קום, לײבקע, טאַנצן" און דאָס "מלאכים־ליד" פֿון דער זינגערינס פֿאָטער, דעם דיכטער מיכאל פעלזענבאַום. װיראַ לאָזינסקאַיאַ איז אַ שילערין פֿון דעם געזאַנג־ װאַרשטאַט פֿון נחמה ליפֿשיץ, װעלכע איז געװען מיט אונדז אין זאַל און האָט צוזאַמען מיטן עוֹלם געשעפּט נחת פֿון איר טאַלאַנטפֿולער תּלמידה. שליסנדיק דעם פֿײַערלעכן קולטור־פֿרימאָרגן האָט דער פֿאָרזיצער באַגריסט די באַליבטע אַקטריסע עטל קאָװענסקאַ און די דרײַ אַקטיאָרן שמואל עצמון, יעקב באָדאָ און יאַנקעלע אַלפּערין פֿון "ײדישפּיל" צום באַקומען די פּרעמיע פֿונעם ישראלדיקן אַקטיאָרן־פֿאַראײן - דעם "פּרס אמי".
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען