| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
×ïŽ×©×¨ ××™×– עס דאָס ליכט
בײַם סוף פֿון דער פֿינצטערניש עמוס עוז
דער פֿײַער־איבעררײַס צװישן ישראל און די פּאַלעסטינער, אויב ער װעט זיך האַלטן, איז ערשט דער ערשטער שריט. נאָך אים דאַרפֿן קומען װײניקסטנס נאָך דרײַ צוגן: דאָס באַפֿרײַען די געפֿאַנגענע און אַרעסטאַנטן, אויפֿשטעלן אַ נײַע פּאַלעסטינער רעגירונג װאָס שטרעבט נישט צו דער ליקװידאַציע פֿון ישראל, נאָר צו אַ קאָעקזיסטענץ מיט איר און צו אַ פֿולן ישראל־פּאַלעסטינער שלום. צי װעלן מקוים װערן אינגיכן אויך דער צװײטער, דער דריטער און דער פֿערטער שריט? דאָס איז אָפּהענגיק פֿון דער באַזירונג פֿונעם ערשטן צוג - דעם פֿײַער־איבעררײַס. עס איז פֿאַראַן אַן אויסזיכט, אַז די פּאַלעסטינער האָבן געלערנט אַז דאָס באָמבאַרדירן ישובֿים דערנענטערט נישט זײער אומאָפּהענגיקייט, אַזוי װי די ישראלים האָבן געלערנט, אַז מיליטערישע אָפּעראַציעס טויטן נישט אָפּ דעם קאַמפֿס־װילן בײַ די פּאַלעסטינער. עס זענען פֿאַראַן סימנים, אַז די רעגירונג פֿון כאַמאַס איז דערגאַנגען צו אַ טעמפּן װינקל. עס זענען אויך פֿאַראַן סימנים דערויף, אַז די רעגירונג פֿון ישראל האָט פֿאַרשטאַנען אַז עס זענען נישטאָ קײן אײנזייטיקע לײזונגען, און אַז ס'איז נישטאָ קיין אַנדערע ברירה װי דערגיין צו אַ הסכּם. מ' קען נישט איגנאָרירן די כּוֹחות - די פֿאַנאַטיקערס פֿון בײדע צדדים - װאָס זענען ממשיך אָנצורײצן די אינסטינקטן, צו פֿאַרדאַמען יעטװעדע פּשרה װי דעפֿעטיזם און יעטװעדע אונטערהאַנדלונג װי אַ סימן פֿון שװאַכקייט. פּאַלעסטינער פֿאַנאַטיקער שטרעבן ממשיך צו זײַן דעם "באַװאָפֿנטן קאַמף" ביז צו דער ליקװידאַציע פֿון מדינת ישראל. די ישראלדיקע פֿאַנאַטיקער פֿאָדערן פֿון דער רעגירונג פֿון ישראל צו אָקופּירן פֿון דאָס נײַ דעם עזה־פּאַס און זיך ענד־ גילטיק אָפּצוטרײסלען פֿון דעם געדאַנק װעגן פֿאַרלאָזן די אָקופּירטע שטחים. דאָס בלוטיקע ישראל־פּאַלעסטינישע כּישוף־ראָד און דאָס געפֿיל אַז עס איז נישטאָ קיין אויסגאַנג פֿון דעם דאָזיקן ראָד ברענגט אַרײַן אין פֿאַרצװײפֿלונג די מעסיקע פֿון בײדע צדדים. די שװאַכקייט פֿון אָלמערטן און פֿון אַבו־מאַזען פֿאַרשטאַרקט נאָך מער די דאָזיקע פֿאַר־ צװײפֿלונג.
אָבער - מעגלעך, אַז עס מערקט זיך אָן טאַקע אין די דאָזיקע טעג אַן ענדערונג בײ בײדע צדדים. דאָס געפֿיל פֿון דעם טעמפּן װינקל און דער פּחד פֿאַר דעם פֿאַרכּישופֿטן ראָד איז קענטיק בשותּפֿותדיק פֿאַר בײדע. אויב דער פֿײַער־איבעררײַס װעט אָנהאַלטן און עס װעלן קומען די װײַטערדיקע צוגן - װעט מעגלעך קומען צו דירעקטע תּכליתדיקע פֿאַרהאנדלונגען ביז צו אַ הסכּם... אַפֿילו די װאָס האַלטן, אַז אַ הסכּם װעט זײַן אַ פֿאַראַט און אַן אומגליק, װײסן שוין טיף אין האַרצן, אַז אין דעם דאָזיקן הסכּם װעלן זײַן צװײ מדינות אין די גרענעצן פֿון 1967 מיט קעגנזײַטיקע ענדערונגען. און עס װעלן זײַן צװײ הויפּטשטעט אין ירושלים. און עס װעט נישט זײַן קיין "רעכט אויף רעפּאַטריאַציע", אַזוי װי עס װעלן נישט זײַן די מערהייט פֿון די קאָלאָניסטישע זידלונגען. בײדע פֿעלקער װײסן דאָס שוין. צי רופֿט אָט דער באַװוּסטזײַן אַרויס בײַ זײ אַ שֹימחה? זיכער אַז נײן. צי װעלן ישראלים און פּאַלעסטינער אַרויס מיט טענץ אין טאָג פֿון רעאַליזירן דעם אומפֿאַרמײַדלעכן הסכּם? זיכער אַז נישט. עס רעדט זיך װעגן אַ פּשרה פֿון װײטיק און צײן־קריצעניש. אָבער די גוטע נײַעס איז, אַז בײדע פעלקער װײסן שוין, אַז די דאָזיקע פּשרה װעט מוזן קומען בײַם סוף פֿונעם װעג. װי לאַנג נאָך, אין װיפֿל לײַדן און אין װיפֿל רײן און אומשולדיק בלוט װעלן זיך נאָך נייטיקן די מנהיגים פֿון ישראל און פֿון פּאַלעסטין איידער זײ װעלן צוקומען צו דעם אָרט, צו װעלכן אַנדערע פֿעלקער זענען, מיט אַ שװער האַרץ, שוין דערגאַנגען? דער פֿײַער־איבעררײַס, אויב ער װעט נאָר אָנהאַלטן, איז אפֿשר דער ערשטער פֿינקל פֿון ליכט, װאָס מערקט זיך אויפֿן ראַנד פֿון דער פֿינצטערניש.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען