| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
רעפעראט פון דר' מרדכי יושקאָווסקי
דער אויפֿבלי און דער אומברענג פֿון דער ייִדיש־ קולטור אונטער דעם סטאַלינישן טעראָר־רעזשים הינטער דעם אײַזערנעם פֿאָרהאַנג אין ראַטן ־ פֿאַרבאַנד - איז געװען די טעמע פֿון דעם זײער באַלערנדיקן רעפֿעראַט, װעלכן עס האָט דעם 10־טן אָקטאָבער "דערלאַנגט" דר' מרדכי יושקאָווסקי. שילדערנדיק מיט ציפֿערן און פֿאַקטן די ראַשיקע אַנטװיקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור און פֿון דער קורץ דויערנדיקער שפּראַך־ און קולטור־אויטאָנאָמיע אין די קאָנצענטראַציעס פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין אוקראַיִנע אין די ערשטע צװײ צענדליק יאָר נאָך דער רוסישער רעװאָלוציע, האָט דער לעקטאָר אָפּגעװאָרפֿן די אָנגענומענע אין דער מערבֿ־װעלט מײנונג, אַז די סאָװיעט־ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן האָבן פֿרײַװיליק געדינט דעם רעזשים, געזונגען לויב־געזאַנגען פֿאַר סטאַלינען און פֿאַרשװיגן זײַנע פֿאַרברעכנס. ער האָט אויפֿגעװיזן, ציטירנדיק שורות און "צװישן די שורות" פֿון זײערע שאַפֿונגען, אַז די ייִדישע שרייַבערס זענען געווען אַנוּסִים פֿונעם רעזשים; אַז אָפֿן האָבן זיי געלויבט דעם קאָמוניזם און סטאַלינען, אָבער גלײַכ צײַטיק דורך סימבאָלישע רמזים אויסגעדריקט זייער נאַציאָ ־ נאַלע צוגעבונדנקייט צום ייִדישן פֿאָלק און אַפֿילו צו ארץ ישראל. ער ברענגט בײַשפּילן פֿון "דער נסתּר", וואָס איז דורכאויס סימ־ באָליק, פֿון איזי כאַריק, װאָס איז אין זייַן יוגנט געווען אַ הייסער קאָמוניסט, האָט זיך אָפּגעטרייסלט פֿון ייִדישקייט. פּלוצעם האָט ער חרטה געקראָגן, און איז דערפֿאַר געװאָרן אומגעבראַכט פֿון די ערשטע, אין דער גרויסער "רייניקונג" אין יאָר 1937. ח'טע שורה גרינהויז־טורקאָוו , װעלכע האָט געעפֿנט דעם פֿרימאָרגן, האָט געלייענט אַ ליד פֿון אברהם סוצקעווער געווידמעט דעם אומברענג פֿון די ייִדיש־סאָוויעטישע שרייַבער. זי האָט אויך באַגריסט דעם וועטעראַן פֿון דעם קולטור־קרײַז חבר גמרא צו זײַן הויך־יאָריקן געבורטסטאָג. נאָכן רעפֿעראַט האָט די זינגערין מאַרינאַ יאַקובאָוויטש מיט איר פּרעכטיקער שטימע און גלענצנדיקער דיקציע אויסגע־ פֿירט אַ פּראָגראַם פֿון לידער פֿון ייִדיש־סאָוויעטישע דיכטערס, באַגלייטנדיק אַליין איר געזאַנג בייַם קלאַוויר.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען