| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
×ין קולטור-קרײַז ×‘×²Ö·× ×רבעטער-×¨×™× ×’ דערעïŽ× ט × ×²Ö·×¢×¨ קולטור-סעז×ָן
מיט אַ פֿרימאָרגן געװידמעט דעם אָנדענק פון די פֿאַרפֿאָלגטע און אומגעבראַכטע ייִדישע שרײַבער און קולטור-שאַפֿערס אין געװעזענעם סטאַליניסטישן ראַטנלאַנד האָט דער קולטור-קרײַז בײם אַרבעטער-רינג אין תל-אַבֿיבֿ דערעפֿנט זײַן נײַעם קולטור-סעזאָן פֿון 2006 - 2007. ח' מיכאל װײַנאַפּעל (בן-אבֿרהם) האָט דעם פֿרימאָרגן געעפֿנט מיט פֿאָרלײענען דוד האָפֿשטיינס ליד "דאָס ייִדישע װאָרט". מיט אַ רעפֿעראַט װעגן דער ראָל און דער אײגנטימ-לעכקייט פֿון דער סאָװיעטישער ייִדישער ליטעראַטור איז אויפגעטראָטן ד"ר מרדכי יושקאָװסקי, װעלכער האָט אין זײַן דורכדרינגלעכן אַנאַליז אַרויסגעהויבן די מאָטיװן פֿון "צװישן די שורות" פֿון זײַערע שאַפֿונגען. דער רעדנער האָט אונטערגעשטראָכן, אַז אין דער תּקופֿה צװישן בײדע װעלט-מלחמות האָט אין מזרח-אייראָפּע בכלל זיך אויספֿאָרמירט אַ גרויסע ייִדישע קולטור מיט גײַסטיקע אוֹצרות, װאָס האָבן זיך געקאָנט גלײַכן מיט ֹדי מערבֿ-אייראָפּעיִשע קולטורן. דער אָנהײב פֿון אָט דער עפּאָכע איז געװען פֿול מיט ענטוזיאַזם פֿאַר דער באָלשעװיקישער רעװאָלוציע, װעלכע האָט בײַם אָנהייב סטימולירט דעם קולטור-אויפֿלעב, און איז געװען אויך פֿול מיט לויב פֿארן קאָמוניסטישן רעזשים. באַזונדערס אין אוקראַיִנע, װוּ עס איז געװען קאָנצענטרירט די גרויסע מערהייט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, האָט די מאָדערנע ייִדישע קולטור זיך צעבליט אין די יאָרן 1917-1927 אין אַ פֿאַרנעם, "װעלכן די געשיכטע האָט פֿריִער קײנמאָל נישט געװוּסט", אַבער שפּעטער האָט זיך אָנגעהויבן אַ ביסלעכװײַזע אויסניכטערונג בײַ שרײבער און דיכטער װאָס האָבן אָנגעהויבן זיך באַנוצן מיט רמזים. דער לעקטאָר האָט באַזונדערס זיך אָפּגעשטעלט אויף דער טראַגעדיע פֿון דעם דיכטער איזי כאַריק, װעלכער האָט ביז 12 יאָר געלערנט אין חדר, אָבער שפּעטער, צו 19 יאָר, געװאָרן, מיטגעריסן מיטן פֿלאַם פֿון דער באָלשעװיסטישער רעװאָלוציע, פֿרײַװיליק זיך װער-בירט אין דער רויטער אַרמיי, געקעמפֿט קעגן די װײַסגװאַרדייער, דערנאָך פֿאַרנומען הויכע פּאָסטנס אין מלוכישן קולטורװעזן. מיט דער צײַט אָבער זיך אַנ-טוישט אין קאָמוניזם און געװאָרן איינער פֿון זײַנע ערשטע קרבּנות: אין 1937 געװאָרן אײַנגעזעצט און פֿאַרשיקט קײן סיביר, װוּ ער איז אויסגעגאַנגען אַ קראַנקער און צעבראָכענער. דער לעקטאָר דערמאָנט אויך אַנדערע דיכטער, און פֿאַרענדיקט מיט לײַענען די פּאָעמע פֿון שיקע דריז "פון דור צו דורות" (װאָס איז, אַגבֿ, געװען גערוקט אין "לעבנס-פֿראַגן" פון יולי-אויגוסט 2001). די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן-חיים לײענט צװײ לידער געװיד-מעט דעם 12-טן אויגוסט, און די אַקטריסע שורע גרינהויז-טורקאָװ האָט געלײַענט אַ פּאָעמע פֿון משה קולבאַק.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען