"ייִדישע געשעïŽ×˜×Ÿ" – × ×²Ö·×¢ ק×ָמעדיע-ïŽ×Ö¸×¨×©×˜×¢×œ×•× ×’ ïŽ×•×Ÿ "ייִדישפּיל"
אַ נײַע ביטער-זיסע סאַטירישע קאָמעדיע מיטן נאָמען "ייִדישע געשעפֿטן. com" װערט געשטעלט דורך דעם "ייִדישפּיל"-טעאַטער אין תל-אבֿיבֿ., מיט יעקב באָדאָ און גדי יגיל אין די הויפּט-ראָלן. די פּיעסע פֿון מאָנטעגיאָ גלאַס, אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון יאַנקעלע האַלפּערין און שמואל עצמון, איז רעזשיסירט און באַאַרבעט פֿון דעם רומענישן רעזשיסער יאָן לוטשיאַן.
אין דער זעלבער צײַט װערט װײטער אויפֿגעפֿירט מיט דערפֿאָלג די טראַגי-קאָמעדיע "די הילצערנע שיסל" פון דעם אַמעריקאַנער דראַמאַטורג עדמאָנד מאָריס, אויך אין דער איבערזעצונג פֿון יאַנקעלע האַלפּערין און שמואל עצמון, מיט יעקב באָדאָ אין דער הויפּט-ראָל, און רעזשיסירט פֿון יצחק שאולי.