דאָראָטעאַ ("שעװעלע") גרעװע, הײַנט די פֿאָרזיצערין פֿון דער סאַלאָמאָ בירנבוים-געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש אין האַמבורג, װעלכע האָט זיך שוין באַרימט און באַליבט געמאַכט אין די ייִדיש-קולטור קרײַזן אין ישראל בעת אירע אויפֿ-טריטן מיט אייניקע חדשים צוריק אין "אַרבעטער-רינג", אין לייוויק-הויז און אין פֿאַרשיידענע ערטער אין לאַנד - קומט װידער קיין תל-אבֿיבֿ. דאָס מאָל מיט איר מוזיקאַליש- קינסטלערישן אַנסאַמבל "קאַראַהאָד", כּדי אויפֿצופֿירן דעם מאָנטאַזש "אויפןװעג" פֿון איציק מאַנגערס שאַפֿונגען דעם 26-סטן אָקטאָבער ד"י אין בית שלום-עליכם.
אַ טאָג פריִער, מיטװאָך דעם 25-סטן אָקטאָבער 11:30 פֿאַרמי-טאָג װעט דער אַנסאַמבל אויפגענומען װערן דורך דעם קולטור-קרײַז בײַם אַרבעטער-רינג (קאַלישער 48) אין תל-אבֿיבֿ און װעט אויפטרעטן מיט פֿראַגמענטן פֿון זייערע מוזיקאַלישן און ליטע-ראַריש קינטלערישן ייִדיש-רעפּערטואַר. אין דעם אַנסאַמבל באַטייליקן זיך, אויסער דאָראָטעאַ, װעלכע זינגט, דעקלאַמירט און שפּילט אויף פֿאַרשיידענע אינסטרומענטן, אירע צװײ באַגלייטערס: פּעטראַ ריטשעל - קלאַרינעט, און סטעפֿאַן גאָרעיסקי - אַקאָרדיאָן, געזאַנג און רעציטאַציע. דער אַנסאַמבל װעט אויך אויפֿטרעטן מיט אַ ליטעראַריש-קינסטלערישן קאָנצערט אין רחובֿות.