| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
פּאָסט-הומאַניזם:
אַ נײַע טעמע פֿאַר אַקאַדעמישער מחשבה י. ל– ן
צו די פּאָפּולער געװאָרענע הײַנטצײַטיקע באַגריפֿן פֿון פּאָסט-מאָדערניזם, פּאָסט-רענעסאַנס, פּאָסט-אימפּרעסיאָניזם, אָדער, להבדיל, פּאָסט-ציוניזם (אין ישׂראל) און אַנדערע ”פּאָסט"-אָנשיקענישן, איז גאָר לעצטנס צוגעקומען אַ נײַע טעמע פֿאַר דער אַקאַדעמישער מחשבה: די טעג, אין חודש מאי 2014, איז אין תל-אבֿיבֿער אוניװערסיטעט דורכגעפֿירט געװאָרן אַ דרײַ-טאָגיקער סימפּאָזיום א.ד.ט. "די פּאָליטיק און די עסטעטיק פֿונעם פּאָסט-הומאַניזם", און עס האָבן זיך באַטייליקט אין אים פּראָפֿעסיאָנאַלן און פֿאָרשער אויף אַלע הומאַניסטישע געביטן, אָנהײבנדיק פֿון געשיכטע, פֿילאָסאָפֿיע און פֿאַנטאַזיע-ליטעראַטור, ביז הײַ-טעק און מאָדערנער טעכנאָלאָגיע.
דער דאָזיקער נײַער באַגריף איז אויפֿגעקומען מיטן אַרײַנ- טרעטן אין דער נײַער עפּאָכע פֿון דער גלאָבאַליזאַציע און דעם מטורפדיקן פֿאָרשריט פֿון דער טעכנאָלאָגיע, װאָס האָט אַװעקגעשטעלט פֿאַר דעם מענטשלעכן מין די פֿראַגע, װאָס דערװאַרט אים אין דער צוקונפֿט פֿון אָט די אַנטװיקלונגען, צי װעט נישט אַמאָל דער ראָבאָט פֿאַרמינערן זײַן אָרט, די צענטראַלע ראָלע אין דער מענטשלעכער ציװיליזאַציע.
ביז איצט איז דער הומאַניזם, װעלכער האָט אַװעק-געשטעלט דעם מענטש אין צענטער פֿון דעם דאָ-זײַן, פֿון דער מענטשלעכער װעזנהײט, געװען דער אַנטיפּאָד קעגן דער רעליגיעזער אויפֿפֿאַסונג, אין װעלכער גאָט איז דער האַר פֿון דעם וועלטאַל. ער האָט באשאַפֿן דעם מענטש און די גאַנצע װירקלעכקייט, און דער מענטש דאַרף אים דינען און לויבן ביזן הימל. לויט דער הומאַניסטישער אויפֿפֿאַסונג האָט דער פּרימיטיװער מענטש אויסגעטראַכט און באַשאַפֿן די געטער אין הימל זײ זאָלן אים באַשיצן קעגן דער סטיכיע פֿון די נאַטור-דערשײַנונגען. דערנאָך זענען געקומען די מאָנאָטעיִסטישע גלויבנס, װעלכע האָבן דערפֿונדן די טאָטאַליטאַרע אויטאָריטעט אויפֿצוצװינגען די פֿעלקער מאָראַלישע געבאָטן און עטישע נאָרמעס.
מיטן פֿאָרשריט פֿון דער מענטשלעכער ציװיליזאַציע און מיט דער אַנטװיקלונג פֿון דער װיסנשאַפֿט איז אויפֿגעקומען דער הומאַניזם, װעלכער האָט געשאָנקען דעם מענטש די צענטראַלע ראָלע אין דער רעאַלער װעזנהײט, און איצט, נאָך אַ האַלבן יאָרטויזנט קומט איצט פֿאַרנעמען זײַן אָרט דער פּאָסט-הומאַניזם און גײט אים איבערצוגעבן זײַנע יורשים, דעם קאָמפּיוטער און דעם ראָבאָט, די פֿרוכטן פֿון זײַן ברויזנדיקן שאַפֿערישן מוח. ווי אַזוי די צוקונפֿט װעט אויסזען קען נאָך די רײַכסטע פֿאַנטאַזיע נישט פֿאַרויסזען. און קײנער װײסט נאָך נישט צי װעלן די נײַע דערפֿינדונגען זײַן צװײ-מיניקע אָדער אײנמיניקע, און צי װעלן זײ באַקומען די כּשרות פֿונעם רבנישן שטאַנד, װעלכער האָט איבערגעלעבט אַלע איזמען.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען