| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
די גרעסטע גבֿירים קעגנאיבער די גרעסטע קבצנים
זינט בנימין נתניהו האָט מיט 12 יאָר צוריק, אויפֿן אַמט פֿון פֿינאַנס-מיניסטער, אײַנגעפֿירט זײַן טאַטשע-ריסטישע עקאָנאָמישע פּאָליטיק, גייט אָן אין מדינת ישראל דער וועט-געיעג צװישן די צװײ "גלײַכ-װאָגיקע" שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג: 10% גבֿירים און די 50% קבצנים, צװישן װעלכע עס געפֿינט זיך דער מיטלשטאַנד פֿון אַן ערך.40%. דער קאַפּיטאַל פֿון 500 ישׂראלדיקע גבֿירים איז אין דער צייט געשטיגן דורכשניטלעך מיט 11% אַ יאָר, אָבער אין לעצטן יאָר איז ער אויסגעוואַקסן מיט 18%, און דער קאפּיטאַל-װערט פֿון די 100 רײַכסטע ביליאָנערן באַטרעפֿט הײַנט 113 ביליאָן דאָלאַר — אַזוי פֿיל װיפֿל עס באַטרעפֿן צוזאַמען די "פֿאַרמעגנס” פֿון 830.000 אַרבעטער און אָרעמעלײַט מיט אן אונטער-מינימום פֿאַרדינסט, װאָס זײער צאָל האַלט אויך אין אײן װאַקסן מיט נתניהוס דינאַמישן טעמפּאָ פֿון פֿאַרטיפֿן די סאָציאַלע קאָנטראַסטן.
(לויט The Marker )
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען