| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
די פּ×Ö·×œ×¢×¡×˜×™× ×¢×¨ משפּחה פון ש"×™ ×¢×’× ×•×Ÿ
דער גרויסער העברעיִשער שרײַבער, דער נאָבעל-לאַורעאַט ש"י עגנון האָט אין מזרח-ירושלים פּאַלעסטינער קרוֹבֿים פון הויכן יחוס. אָבער אין דער צײַט װען שי עגנון האָט געװײטיקט און זיך געשעמט מיטן הויכן פּאַלעסטינישן יחוס פון דער משפּחה נאַשאַשיבי - זענען זײַנע פּאַלעסטינער קרוֹבֿים גלײַכגילטיק צו זייער ייִדישן ליטעראַרישן יחוס פון דעם נאָבעל-לאַורעאַט: נישט זיי גרויסן זיך, און נישט זײ שעמען זיך מיט אים. אין די יאָרן פון דעם בריטישן מאַנדאַט האָט עגנונס שװעסטערקינד אסתר װינער זיך פאַרליבט אין דזשאַואַד נאַשאַשיבי, דעם זון פון אַ חשובֿן פּאָליטיקער אין אַראַבישן טײל פון ירושלים, בעת יענער האָט באַגלייט זײַן מומע, װאָס איז געװען אַן אײַנגייערין אין הויז פון עגנון און איז געקומען קויפן אַ פוטער אינעם געשעפט פון עגנונס שװאָגער, דעם פוטער-פאַבריקאַנט מילי װײַנער. די צװײ יונגע מענטשן האָבן זיך פאַרליבט, חתונה געהאַט, געהאַט דריי קינדער און זייער מוטער איז מיט דער צײַט אַריבער צום איסלאַמישן גלויבן. אין 1955 האָט דזשאַואַד גענומען אַ צװײט װײַב און די משפּחה האָט זיך צעשײדט.
פון רעכטס: עגנונס שװעסטערקינד אסתר; זײַן אייניקל ניבין מיטן בילד פון איר ייִדישן עלטער-זיידע מאָריץ װינער, עגנונס שװאָגער; אסתרס מאַן, דזשאואד נאַשאַשיבי נאָך דער זעקסטאָגיקער מלחמה האָט אסתר זיך צוריקגעקערט אין ייִדישן טייל פון דער שטאָט, אָבער אירע קינדער, װאָס זענען פֿאַרבליבן מיטן פֿאָטער, האָבן װײַטער אָנגעהאַלטן פאַרבינדונגען מיט זייערע ייִדישע קרוֹבים. מיט אַ קורצער צײַט צוריק האָבן אייניקע פון זיי זיך באטײליקט אין אַ כּינוס פון דערציילערס, װאָס איז פאָרגעקומען אין "בית אריאלה" אין תל-אבֿיבֿ, און אויף װעלכן עס איז דערציילט געװאָרן אויך די פּאַלעסטינער סאַגע פון דער משפּחה עגנון.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען