| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
צו 95 – × ï¬¯×š אַלץ אַ ×™×•× ×’×¢×¨×žï¬®×Ÿ...
צום יוביליי פֿון יוסף בורג
דער שרײַבער יוסף בורג איז געבוירן געוואָרן דעם 30־סטן מײַ 1912. אין דעם טאָג ווען ער איז געװאָרן 95 יאָר, זענען געקומען צו אים צו גאַסט אין טשערנאָװיץ די אָנטיילנעמער פֿון דער פֿאָלקלאָר־ עקספּעדיציע פּראָפֿ. דובֿ־בער קערלער און ד"ר משה לעמסטער, וועלכע האָבן גראָד יענעם טאָג, דעם 30־סטן מײַ 2007, געאַרבעט אין טשערנאָוויץ.
די װױנונג פֿון דעם שרײַבער איז געווען געדיכט אָנגעשטעלט און פֿאַרלײגט מיט בוקעטן בלומען. יוסף בורג האָט בּעת אונדזער אַרײַנקומען גערעדט טעלעפֿאָניש מיט עמעצן פֿון עסטרײַך, וווּ עס זענען אַרויסגעגעבן געװאָרן אויף דײַטש זײַנע ביכער. יוסף בורג איז איינער פֿון די סאַמע בכּבֿודיקסטיקע פּערזענלעכקייטן אין טשערנאָוויץ. ער איז אַן ערן־ בירגער פֿון דער שטאָט. דעם שרײַבערס יוביליי איז געווען געווידמעט אַ פֿײַערלעכער אָוונט אין איינעם פֿון די שענסטע זאַלן פֿון טשערנאָוויץ, און עס האָבן אים באַגריסט מיטן שיינעם יובֿל די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער שטאָט, פֿאָרשטייערס פֿון די פֿאַרשיידענע שטאָטישע אינסטאַנצן, אָרגאַניזאַציעס, ווי אויך דער שרײַבער־פֿאַראיין פֿון אוקראַיִנע. די אוקראַיִנער פֿון טשערנאָוויץ רופֿן אָן בורגן "נאַש פּיסמעניק" - אונדזער שרײַבער. יוסף בורג איז איצט דער איינציקער ייִדישער שרײַבער פֿון די געבוירענע פֿאַר דער מלחמה, וואָס וווינט אויף דער טעריטאָריע פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דער געוועזענער גרויס־רומעניע. ער איז אַפֿשר, דער איינציקער ייִדישער שרײַבער פֿונעם אַלטן דור אין אייראָפּע. ער איז געווען באַקאַנט מיט פּרץ מאַרקישן, דוד האָפֿשטיינען, איציק פֿעפֿערן, דוד בערגעלסאָנען. מיט אליעזר שטיינבאַרגן, יעקבֿ שטערנבערגן, משה אַלטמאַנען, איציק מאַנגערן א"אַנד. די ערשטע דערציילונג זײַנע "אויפֿן ספּלאַוו" איז געווען געדרוקט אין די "טשערנאָוויצער בלעטער" פֿון 10־טן יוני 1934. פֿון דעמאָלט אָן האָט יוסף בורג אַרויסגעגעבן פֿיל ביכער, זיך געדרוקט אין פֿאַרשיידענע ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן. זײַנע ביכער זענען צומערסטן איבערגעזעצט אויף דײַטש, אויף דער שפּראַך, וועלכע ער באַהערשט פֿול. די הויפּט־טעמע פֿון זײַן שאַפֿן איז דאָס לעבן פֿון די ייִדן און ניט ייִדן אין די קאַרפּאַטן. דעם שרײַבער יוסף בורג רופֿט מען - דער זינגער פֿון די קאַרפּאַטן. מיט 73 יאָר צוריק האָט ער זיך געלאָזט שווימען אויף זײַן "פּליט" מיט די שטראָמען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און ביז הײַנט האַלט זיך נאָך זײַן פּליט דאָרט פֿעסט, כאָטש, צום באַדויערן, זעט אויס אַ ביסל איינזאַם... ד"ר מ. ל.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען