![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
דער כוֹח פֿון קאָלעקטיװן עקסטאַז
יצחק לודען, פֿאָרווערטס
עקסטאַז איז אַ צושטאַנד, אין װעלכן דער מענטשלעכער מוח פֿאַרלירט די קאָנטראָל איבער זײַנע חושים. נאָך מער: דאָס איז אַ צושטאַנד, אין װעלכן די חושים, די שטאַרקע עמאָציעס, באַהערשן דעם מוֹח און דיקטירן אים זײַנע מעשׂים און האַנדלונגען, פֿאַר וועלכע דער יחיד נעמט אַראָפ פֿון זיך די אחריות. אין קעגנזאַץ צו דעם "געװײנלעכן" שיכּרות, פֿון װעלכן דער מענטש קאָן זיך באַפֿרײַען נאָכן איבערשלאָפֿן זיך איבער דער נאַכט. אָבער דאָס אויך אונטער דעם תנאי, אַז ער גיט זיך נישט אונטער דעם ייצר און פֿאַרשקלאַפֿט זיך נישט פֿון דאָס נײַ צו דעם שיכּרות. אין אונטערשײד צו דעם אינדיװידועלן ייצר פון דעם יחיד, װאָס קען זײַן אַן איבערגייענדיקע דערשײַנונג, איז דער עקסטאַז אַ קאָלעקטיװע קראַנקהײט, פֿון װעלכער עס איז זייער, זייער שװער זיך אויסצוהײלן. ער װערט אַן עפּידעמיע, װאָס שטעקט אָן ברייטע מאַסן אונטער דער װירקונג פֿון דעמאַגאָגן, פּאָליטישע מנהיגים, װאָס פֿאַרקויפֿן אילוזיעס - די ביליקסטע פֿון אַלע מציאות. הײַנטיקע װאָך איז דער סעריאַלער, אָדער "דיזשורנער" "סעיל" װאָס האָט געזאָלט אָנצינדן דעם קאָלעקטיװן עקסטאַז, געװען אויף צװײ פֿראָנטן פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער פֿאַראינטערעסירונג: איינער אויפֿן לעבעדיק־ ברויזנדיקן פֿוטבאָל־סטאַדיאָן און אויף די גאַסן פֿון תל־אבֿיבֿ, װוּ די קיביצערס און די לאָקאַל־פּאַטריאָטן פֿון דער שטאָט האָבן אַ גאַנצע נאַכט געיוֹבֿלט דאָס קרוינען דעם "הפּועל תל־אבֿיבֿ" װי דעם פֿוטבאָל־טשעמפּיאָן פֿון ישׂראל פֿאַר דעם יאָר 2010, נאָך אַ הפֿסקה פֿון צען יאָר פֿון דורכפֿאַלן און פֿאַרשפּילטע "מעטשן". איין קלייניקייט: הפּועל תל־אבֿיבֿ איז צוריק אויף דער מאַפּע! דער צװײטער פֿאָרום פֿון דעם קאָלעקטיװן עקסטאַז איז געװען, אין דער אַנדערער נאַכט, אויפֿן אַלטערטימלעכן פּאַגאַנישן, ספק בית עוֹלם, האַרט נעבן דעם "ברזילי"־שפּיטאָל אין אשקלון, בעתן אָפּרוימען און אַריבערפֿירן פֿון דאָרט געציילטע קברים פֿון מעגלעך פּלישתים, כדי אויסצובויען אויף דעם אָרט אַ מאָדערנעם אויפֿנעם־אָפּטײל פֿאַר דעם שפּיטאָל, װאָס באַדינט דעם גאַנצן דרום פֿון לאַנד. די קרוינונג פֿון דעם "דיזשורנעם" פֿוטבאָל־טשעמפּיאַן פֿון דעם יאָר האָט אָנגעצונדן אויף אײן נאַכט דעם יצר פֿון נצחון בײַ די טויזנטער קיביצערס, ליבהאָבערס פֿון פֿוטבאָל און לאָקאַל־פּאַטריאָטן - אין זכות פֿון דעם קליינעם קיילעכיקן חפֿץ, װאָס קאָנצענטרירט אין זיך און איז בכוֹח אָנצוצינדן, אויפֿ־ צוּװעקן און באַפֿרײַען בײַ מענטשן די שטאַרקסטע עמאַציעס און אָנצושטעקן די ברייטסטע מאַסן צו די העכסטע גראַדן פֿון קאָלעקטיװן עקסטאַז. אַלע געצוימטע אינסטינקטן פֿון ענטוזיאַזם און פֿון צאָרן, אַלע ליבשאַפֿטן און כּעסן, װעקן זיך אויף בײַ יחידים און מאַסן, בײַ בירגער און פֿעלקער - אין זכות פֿון די "צװיי מאָל עלף פּאָר פֿיס, װאָס יאָגן זיך נאָך דעם קלײנעם קײַלעכדיקן חפץ אויף דעם גרויסן ספּאָט־סטאַדיאָן" - װי עס האָט דאָס אַמאָל באַצײכנט פּראָפֿ' לײבאָװיטש, דער מיטאָלאָגישער פֿרומער אָרטאָדאָקס און ליבעראַלער אינטעלעקטואַל, דער פֿאַרשטאָרבענער רעדאַקטאָר פֿון דער סעקולערער העברעיִשער "אַלגעמײנער ענציקלאָפּעדיע" אין ישׂראל, כאָטש דער באַלעם איז קײַלעכיק אַזוי װי דאָס ראָד פֿון דעם גוֹרל און ספּאָרט איז פֿאָרמעל "מחוץ דער פּאָליטיק"; און כאָטש "ספּאָרטיװער גײַסט" סימבאָליזירט דעם היפֿך פֿון דעם װערטל: "עס שמעקט מיט פּאָליטיק"; און כאָטש אין נאָמען פֿון דעם ספּאָרטיװן גײַסט איז געגרינדעט געװאָרן די אָלימפּיאַדע אין אַלטן גריכנלאַנד און איר טראַדיציע איז באַנײַט געװאָרן אין דער נײַער צײַט, -- זײַנען אָבער אומעטום די פֿענער פֿון די ספּאָרט־קלובן באַפֿאַרבט מיט דער קאָליר פֿון זייער פּאָליטישער, פּאַרטײיִשער אָדער נאַציאָנאַלער אָנגעהעריקייט. "ספּאָרטיװער גײַסט" מײַנט אויך דעם היפֿוך פֿון מלחמה און פֿון "קריגס־ אַטמאָספֿער". אין אַלטערטימלעכן גריכנלאַנד זײַנען אין דער צײַט פֿון די אָלימפּישע פֿאַרמעסטונגען געװאָרן אָפּגעשטעלט אַלע מלחמות. הײַנט איז אָבער די װעלט, װי מיר װײסן, "מער ציװיליזירט", און טאַקע ערשט "נישט לאַנג", מיט 41 יאָר צוריק, איז צוליב דעם נצחון פֿון סאַלװאַדאָר איבער האָנדוראַס (3:0) אין זײער פֿוטבאָל־פֿאַרמעסט אין יולי 1969 אויסגעבראַכן דאַס איז דער זעלבער אַראַבישער פֿוטבאָל־סטאַר, וואָס איז מיט אַ וואָך פֿריִער, בּעת דעם פֿאַרמעסט מיט בּיתּ"ר אין ירושלים, באַוואָרפֿן געוואָרן מיט קללות און ראַסיסטישע באַלײדיקונגען, ווי - "שמוציקער אַראַבער", איך ווייס נישט צי עבאַס סואַן האָט בּשעת מעשה געטראַכט וועגן דער "נאַציאָנאַלער ווירדע" ווען ער האָט אין דער לעצטער מינוט אַרײַנגעשאָסן דעם אויסגלײַכנדיקן גאָל. ער האָט אָבער שפּעטער אויסגעדריקט זיין צופֿרידנקייט וואָס ער האָט מצליח געווען צו דערפֿילן זײַן ספּאָרטיוון חוֹבֿ פֿאַר דער אויסוואַל ־ מאַנשאַפֿט, אין וועלכער ער איז אַ מיטגליד, און זײַן נאַציאָנאַלן חוֹבֿ פֿאַר דער מדינה, וועלכע ער האָט רעפּרעזענטירט ווי אירס אַ בירגער. אָבער דער אַראַבישער כּנסת ־ דעפּוטאַט ד"ר אכמעד טיבי האָט נאָך דעם "העראָיִשן גאָל" טעלעפֿאָנירט אין מלוכישן ראַדיאָ און געפֿרעגט: וויפֿל אַראַבישע ספּאָרטלער דאַרף מען נאָך אַרויסשטעלן כּדי זײ זאָלן זאָרגן פֿאַר דעם כּבוד פֿון דער מדינה, און וויפֿל יאָר דאַרף מען נאָך וואַרטן, די מדינה זאָל זאָרגן פֿאַר דער קאַנאַליזאַציע אין די אַראַבישע ייִשובֿים אין לאַנד?... די מדינה האָט קיִין סך נישט געדאַרפֿט וואַרטן. פֿיר טעג נאָך דער "געראַטעוועטער ווירדע" קעגנאיבער די ספּאָרטלער פֿון אירלאַנד האָט אַ צווייטער אַראבישער פֿוטבאָליסט, ואַליד באַדיר, פֿון דעם זעלבן אַראַבישן ספּאָרט ־ קלוב אין דעם זעלבן דאָרף סאַכנין ווידער באַקומען די געלעגנהייט צו "ראַטעווען די נאַציאָנאַלע ווירדע" פֿון דער מדינה - אַרײַנשיסנדיק אַן ענלעכן אויסגלײַכנדיקן גאָל אין דעם פֿאַרמעסט מיט דער פֿראַנצויזישער נאַציאָנאַלער רעפּרעזענטאַנץ... "לא אלמן ישׂראל" - אויב נישט די מדינה אַליין, וועלן דאָס מאָל אירע אַראַבער שוין באַשיצן איר כּבוד... די גאָלן פֿון דער "נאַציאָנאַלער װירדע" װערן אָבער איצט אַרײַנגעשאָסן נישט דורך די ישׂראלדיקע אַראַבער, װאס האָבן הײַנטיקע װאָך דעמאָנסטרירט אונטער די פֿענער פֿון פּ.ל.אָ, פֿון סיריע און פֿון לבנון - קעגן דעם אַרעסט פֿון די צװײ אַראַבישע טוערס, פֿאַרדעכטיקטע אין פֿאַרראַט, נאָר - דורך די דיפּלאָמירטע פּאָטריאָטן, די מנהיגים פֿון דער מדינה, װעלכע האָבן הײַנטיקע װאָך, ערב דעם יום טובֿ פֿון מתן תוֹרה געבראָכן דאָס שװײַגעניש, צו װעלכן דער פּרעמיער נתּניהו האָט זיך שטילערהייט פֿאַרפֿליכטעט פֿאַר דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ און פֿאַר דעם אַמעריקאַנער פֿאַרמיטלער דזשאָרדזש מיטשעל כּדי צו דערמעגלעכן דאָס עפֿענען די פֿאַרמיטלוננגס־געשפּרעכן מיט אַבו־מאַזען. אביגדור ליבערמאַן האָט פֿון טאָקיאָ אָנגעזאָגט די בּשורה, אָז פֿון די שלום־געשפּרעכן װעט גאָרנישט אַרויסקומען; אלי ישי האָט װידעראַמאָל דערקלערט, אַז דער בוי אויף די שטחים און אין ירושלים װעט זיך קײנמאָל ניט אָפּשטעלן; דאָס זעלבע האָט אויפֿסנײַ דערקלערט ניר ברקת, דער בירגערמייסטער פֿון ירושלים, אַזוי װי דער מיניסטער אלי ישי מיט אַ חוֹדש צוריק בעת דעם באַזוך פֿון דעם אַמעריקאַנער װיצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, װאָס האָט גוֹרם געװען דעם שאַרפֿן קריזיס מיט װאַשינגטאָן. די אײנציקע װאָס האָבן געשיגן, זײַנען געװען די מתים, װאָס מען האָט אַריבערגעפֿירט פֿון דעם פּלאַנץ נעבן דעם שפּיטאָל אין אשקלון, און געשװיגן האָבן דאָס מאָל אויך די רבנים, װעלכע האָבן ארויסגערופֿן דעם מתים־קריזיס, אָבער זײַ װילן נישט פֿאַרלירן זײער חלק פֿון דעם מלוכישן קוכן. נאָר די יונגע פֿאַנאַטיקערס צװישן די חרדים האָבן פּרובירט אָנצוצינדן ירושלים און האָבן נישט מצליח געװען. דאַקעגן האָבן זיך איצט װידער צעפּלוידערט די זעלבע מיניסטאָרן, װעמען נתניהו האָט געהאַט פֿאַראָרדנט צו שװײַגן, און האָבן װידער דערװיזן, אַז נתּניהוס פֿאַרפֿליכטונגען פֿאַר אָבאַמאַ און אָבאַמאַס פֿאַרפֿליכטונגען פֿאַר די פּאַלעסטינער זײַנען נישט װערט קײן שמעק טאַבאַק.
דאָס זײַנען די ישראלדיקע פֿאַרפֿליכטונגען, װאָס אויף זײער באַזיס האָט װאַשינגטאָן געפּועלט בײַ די 31 מיטגלידער פֿון ,OECD דעם פֿאַרבאַנד פֿון די אַנטװיקלטע לענדער, דערונטער טערקיי און אַנדערע פֿײַנטלעכע מדינות, נישט קעגנושטעלן זיך דעם אַרײַנטריט פֿון ישׂראל אין דעם פּרעסטיזשפֿולן פֿאַרבאַנד. אָבער װער דאַרף זיך רעכענען מיט אָט דעם פֿרײַנטלעכן זשעסט װען עס איז דאָך קלאָר װי דער טאָג - פֿאַר ליבערמאַנען, פֿאַר אלי ישי, פֿאַר משה (בוגי) יעלון, אַז די גאַנצע װעלט איז דאָך במילא קעגן אונדז...
פֿאָרווערטס, תל־אבֿיבֿ, 17־טער מײ 2010
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען