![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
װער װעט דאָס מאָל שטרויכלען דעם שלום ?
יצחק לודען, פֿאָרווערטס
װען די פאַראײניקטע פֿעלקער־אַרגאַניזאַציע האָט דעם 2־טן נאָװעמבער 1947 געגעבן איר צושטימונג פֿאַר דעם אויפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה, איז דאָס געװאַרן אַ נס פֿאַר די לעבן־געבליבענע רעשטלעך פֿון דעם חורבן צוזאַמען מיט די ששים רבוא - די 600.000 ייִדן, װאָס האָבן דעמאָלט באַװױנט דאָס הייליקע לאַנד. דאָס איז געשען גענוי פֿופֿציק יאָר נאָך הערצעלס נבואה װעגן דער מדינה, װאָס האָט אין זײַן צײַט נאָך אויסגעזען נישט מער װי אַ חלום. דערנאָך איז דער ערשטער חלום פֿון דער שוין אויסגעחלומטער מדינה געװאָרן - דאָס דערגײן צו אַ שלום. צען יאָר נאָך דעם האָט דער זעקסטאָגיקער נצחון פֿאַרװאַנדלט יענעם פֿאַרװירקלעכטן חלום אין דער משיחישער גאולה מצד דעם אַקטיװיסטישן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג. אָבער עס איז פֿאַרבײַ נאָך אַ יאָרצענדליק און דער שלום איז שוין מער נישט געבליבן קיין חלום - מיטן אונטערשרײַבן דעם אָפּמאָך מיט מצרים, פֿון װאַנען די ששים רבוא ייִדן זענען אַרויס מיט איבער אַן ערך דרײַ און אַ האַלבן יאָרטויזנט צוריק. דאָס איז אין געצײלטע שורות די קורצע פֿאָרגעשיכטע פֿון יציאת מצרים, װאָס מיר האָבן געפּראַװעט מיט אייניקע װאָכן צוריק, ביז דעם נײַעם יסורים־װעג פֿון דעם חלום צום שלום - נאָך דעם װי דער ערשטער שלום, אָדער די ערשטע סטאַציע אויפֿן װעג צום שלום, איז שוין געװאָרן דעראָבערט מיט אונדזער דרומדיקער שכנה. הײַנט האָבן מיר שוין שלום אויך מיט דער שכנה פֿון מזרח, מיט יאָרדאָניע - כאָטש אַ קאַלטן. אָבער קיין שלום מיט אונדזערע נאָענטסטע שכנים, די שותפֿים צום שטח, די פּאַלעסטינער, האָבן מיר נאָך אַלץ נישט, נאָך 62 יאָר. אין אָנהויב פֿון דעם איצטיקן יאָר, אין יאַנואַר 2010, איז אונטערן פֿאָרזיץ פֿון דעם מיניסטער פֿאַר טוריסטיק, סטאַס מיסעזשניקאָװ, זיך צוזאַמענגעקומען די מיניסטאָרן־קאַמיסיע פֿאַר מלוכישע סימבאָלן און צערעמאָניאַלן, כּדי צו באַשליסן אונטער װאָס פֿאָר אַ סלאָגאַן זאָל געפֿײערט װערן דער 62־סטער אומאָפּהענגיקייטס־יומטובֿפֿון דער מדינה. יעדער איינער פֿון די באַטייליקטע מיניסטאָרן האָט געװאָלט, אַז זײַן פֿונקציע זאָל אויסגעטיילט װערן װי די נאַציאָנאַלע באַשטימונג פֿון דעם יאָר. דער בילדונגס־מיניסטער, פֿון זײן זײַט, האָט געװאָלט, אַז דאָס 62־סטע יאָר זאָל זײַן דאָס יאָר פֿון פֿאַרשטאַרקן דעם חינוך, און דער מיניסטער פֿאַר װױלשטאַנד, למשל, האָט געװאָלט אַז דאָס זאָל זײַן אַ יאָר פֿון פֿאַרבעסערטן װױלשטאַנד; דער מיניסטער מעסעזשניקאָװ, למשל, האָט פֿאָרגעלייגט עס זאָל זײַן אונטערן צייכן פֿון דער טוריסטיק, אָבער צום סוף האָט ער זיך אָנגעשלאָסן צום מיניסטער פֿון האַנדל און אינדוסטריע און האָט געשטיצט זײַן פֿאָרשלאַג צו פּראָקלאַמירן דאָס יאָר 2010 װי דאָס יאָר פֿון הײמישער, פֿון "װײַס־בלויער פּראָדוקציע". צװישן די אַלע פֿאָרשלאָגן און באַשטימונגען איז נישט געװען קיין אָרט פֿאַר דעם שלום: קיין אײן מיניסטער האָט נישט אַרויסגערוקט דעם געדאַנק צו באַשטימען דאָס יאָר 2010 װי דאָס יאָר פֿון שלום. אויך נישט דער פּרעמיער נתּניהו. דאַקעגן האָט דער פּרעמיער נתּניהו געמוזט אויסאיבן זײַער אַ שטאַרקן דרוק אויף זײַנע מיניסטאָרן - אויך פֿון זײַן אייגענער פּאַרטיי - זײ זאָלן אײַנשטימען אויף זײַן פֿאָרשלאָג צו װידמען דעם האַיאָריקן אומאָפּהענגיקייטס־טאָג און דאָס 62־סטע יאָר פֿון דער מדינה - דעם 150־סטן געבוירניאָר פֿון טעאָדאָר (בנימין זאבֿ) הערצעל. דאָס איז אים געװען אויסערסט װיכטיק װי אַ מיטל צו ברענגען אַהער די מנהיגים פֿון דער װעלט זײ זאָלן לײגן בלומענקרענץ אויף הערצעלס קבֿר. און דאָס - כּדי צו קענען אויף דעם אוֹפֿן אַ סוף מאַכן צו דעם דיפּלאָמאַטישן ברוֹגז, װעלכן די װיכטיקסטע מנהיגים פֿון דער װעלט האָבן אָנגעװענדט בנוגע מדינת־ישראל זינט נתניהו און ליבערמאַן זײַנען געקומען צו דער מאַכט אין ישׂראל. צו הערצעלס געבוירנטאָג װעלן זײ נישט קענען זיך אָפזאָגן פֿון קומען אַהער און לײגן אַ קראַנץ פֿון בלומען אויף זײַן קבר. דאָס זעט אויס אפֿשר קליינלעך, אָבער מיט אַזעלכע קליינלעכע און פֿאָרמעלע האַנדלונגען פּרובירט נתּניהו פֿאַרדעקן די גרויסע מיסהאַנד־ לונגען פֿון זײַן פּאָליטישער סטראַטעגיע. האָט עס טאַקע אויסגעזען אַזוי צו זײַן, און דער ערשטער װיכטיקער מלוכה־מאַן, דאָס מאָל דער אַמעריקאַנער װיצע־פּרעזידענט דזשאָוּ בײַדען, איז געקומען, און נאָך אַ סך אַנדערע מלוכהלײַט האָבן זיך געקליבן צו קומען אין זײַנע שפּורן. נו, װײסן מיר דאָך װאָס עס איז געװען דער רעזולטאַט: צװײ שעה נאָכן לײַגן דעם קראַנץ אויף הערצעלס קבֿר און פֿאָרנדיק צו דער טרעפֿונג מיט נתניהו - איז געקומען דער שפּײַ אין פּנים פֿון דעם הויכגעשטעלטן אַמעריקאַנישן גאַסט, װען דער מנהיג פֿון ש"ס, דער אינערן־מיניסטער אלי ישי האָט פּראָקלאַמירט דעם פּראָיעקט פֿון אויסבויען 1600 וווינונגען פֿאַר ייִדישע קאָלאָניסטן אויף דעם אַנעקסירטן שטח פֿון מזרח־ירושלים... אויף דעם אוֹפֿן האָט די רעגירונג פֿון ישראל אַרויסגערופֿן דעם װאָלף פֿונעם װאַלד און אַװעקגעשטעלט דעם גורל פֿון ירושלים אויפן צענטראַלן אָרט אינעם סדר־היום פֿון די אומדירעקטע געשפּרעכן מיט אַבו מאַזען, דעם פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, אויפֿן פֿאַרלאַנג פֿון פּרעז' אָבאַמאַ. עס האָט זיך פֿאַרלאַנגט אַ געװאַלדיקער דיפּלאָמאַטישער אָנשטרענג צו דערמעגלעכן די דאָזיקע געשפּרעכן, װאָס האָבן זיך געעפֿנט די װאָך - אָבער אָן צערעמאָניאַלן און און אָן טרומפּײטן־שאַלן און עטװאָס פֿריער װי מען האָט דערװאַרט. און אַװדאי נישט אַזוי װי דער ספּעקטאַקל פֿון פּרעז' בוש מיט צװײ יאָר צוריק אין אַנאַפּאָליס, װאָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט טרומפּײטן־שאַלן און זיך פֿאַרענדיקט שטילערהייט מיט אַ קול דממה דקה און אָן שום רעזולטאַטן. בכלל האָבן זיך די דערװאַרטונגען אויפֿן שלום־פֿעלד געענדיקט. נאָך אַזוי פֿיל פּרוּװן און אָט־אָט־אָטן און סוף־כל־סופֿן און אַנטוישונגען איז פֿאַרלוירן געגאַנגען סײַ דער חלום און סײַ דער ענטוזיאַזם און אַפֿילו דער גלויבן. אויב דער שלום איז פֿריִער, טראָץ אַלע זײַנע דורכפֿאַלן, באַטראַכט געװאָרן װי אומפֿאַרמײַדלעך - האָבן איצט אַרום 80 פּראָצענט פֿון די ישראלים אין אײנעם פֿון די לעצטע פּובליק־טעסטן געזאָגט, אַז זײ גלײבן שוין נישט אין דער מעגלעכקייט פֿון אַ שלום מיט די פּאַלעסטינער. װײַל אין רעזולטאַט פֿון די אַלע ביז־איצטיקע אַנטוישטע דערװאַרטונגען איז דאָס אומפֿאַרמײַדלעכע און מעגלעכע געװאָרן צוריק אוממעגלעך - כאָטש די אָביעקטיװע באַדינגונגען פֿאַר אַ שלום האָבן זיך אָן אַן ערך שטאַרק פֿאַרבעסערט . דאָס איז איינער פֿון די פּאַראַדאָקסן פֿון דעם פּאָליטישן פּלאָנטער אין דעם ראַיאָן. די געשיכטע פֿון די באַציִונגען צװישן ירושלים און װאַשינגטאָן האָט שוין אַדורכגעמאַכט פֿאַרשײדענע זיגזאַגן, װאָס האָבן אַלע מאָל אָפּגעשפּיגלט די אַקטועלע פּאָליטישע אינטערעסן פֿון דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע און אירע פֿאַרהעלטענישן מיט די אינערלעכע געזעלשאַפֿט־ לעכע אומשטענדן. דער װילן פֿון דער אַדמיניסטראַציע אין װאַשינגטאָן צו לעבן בשלום מיטן פּראָ־ישראלדיקן לאָבי אינעם קאָנגרעס האָט אָפֿטמאָל דיקטירט די אַקטועלע גענג פֿון אַמעריקע אין נאָענטן מזרח, װוּ ישׂראל דינט איר װי אַ פֿאָרפּאָסטן פֿאַר אירע אינטערעסן אין דעם ראַיאָן. דעריבער האָט זיך װאַשינגטאָן פֿאַרפֿליכטעט צו זאָרגן פֿאַר ישׂראלס זיכערהייט אויפֿן שטח, און אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער פּאָליטישער אַרענע דורך דעם װעטאָ־ רעכט, מיט װעלכן זי באַנוצט זיך לטוֹבֿת ישׂראל אין זיכערהייטס־ראַט, באַשיצנדיק זי קעגן סאַנקציעס און אַנדערע רעפּרעסיעס מצד דער אויטאָמאַטישער מערהייט אין דער פֿעלקער־משפּחה. אָבער די פּאָליטישע אָנפֿירונג פֿון אַמעריקע האָט אויך איר קאָנסעקװענטע "רויטע ליניע" לגבי אַ גאַנצער ריי גרונט־סוגיא'ס פֿאַר אירע געאָפּאָליטישע אינטערעסן, פֿון װעלכע זי װײַכט נישט אָפּ טראָץ די "סטיליסטישע" אונטערשײדן צװישן די פֿאַרשיידענע אַדמיניסטראַציעס און זײערע פּרעזידענטן. און נישט געקוקט דערויף, װאָס טײל פֿון זײ זײַנען שטרענג און די אַנדערע קוקן אַװעק אָדער װינקען מיט שטומער און צײַטװײַליקער הסכמה אויף פּרינציפּיעלע פֿאַרלעצונגען מצד ישׂראל, האָט אָבער װאַשינגטאָן ביז איצט נישט אָנערקענט די ישראלדיקע אָקופּאַציע פֿון די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס, װי אויך נישט די קאָלאָניזאַציע פֿון אָט די שטחים און די אַנעקסיע פֿון מזרח־ירושלים פון די 28 אַרומיקע אַראַבישע קװאַרטאַלן און דערפֿער װאָס פֿון יענער זײַט "גרינער ליניע". װאָס שײַך די מנהיגים פֿון ישראל, האָבן זײ אַלע סטימולירט די קאָלאָניזאַציע, אומאָפּהענגיק פֿון זײער פּרינציפּיעלער אידעאָלאָגישער אויפֿאַסונג. אַזוי, למשל, האָט שמעון פּרס און די רעגירונג פֿון מפּא"י געעפֿנט די "שטחים" פֿאַר דער קאָלאָניזאַציע פֿון "גוש אמונים" און פֿאַר דער "ארץ ישׂראל השלמה", און אהוד ברק האָט זיך צומאָל באַרימט, אַז אין דער קורצער צײַט פֿון זײַן רעגירונג האָבן זיך באַזעצט אויף די "שטחים" מער קאָלאָניסטן ("מתנחלים") װי אין די דרײַ פֿריִערדיקע רעגירונגען פֿון דעם רעכטן "ליכּוד". און אָט האָבן מיר צוגעזען אַפּאַראַדאָקסאַלע קעגנזעצלעכע אַנטװיקלונג אין דער װעלט־אויפֿפֿאַסונג פֿון די פּאַרטייִשע מנהיגים און מלוכישע פֿונקציאָנערן נאָכן באַזעצן זיך בײַם רודער פֿון דער מדינה און בײַם "פֿענצטער" צו דער פּאָליטישער װירקלעכקייט: דאָס װאָס האָט זיך אַזוי טרעפֿלעך אויסגעדריקט אין אריאל שרונס װערטל, גענומען פֿון אַ פּאָפּולער לידל, אַז "דאָס װאָס מען זעט פֿון דאַנען, זעט מען נישט פֿון דאָרטן" - װען ער האָט געדאַרפֿט דערקלערן פֿאַר זײַנע אידעאָלאָגישע שותפֿים דעם דראַמאַטישן איבערקער, נאָך דעם װי ער האָט אונטערגעשריבן זײַן הסכּמה צו דער "װעגן־מאַפּע" פֿון פּרעז' בוש. דאָס זעלבע איז געשען מיט דער מערהייט געװעזענע שעפֿן פֿון די געהײמע אינפֿאָרמאַציע־ און זיכערהײט־דינסטן, װעלכע זײַנען פֿון האַרטנעקיקע מיליטאַנטן געװאָרן אָנהענגערס פֿון אַ טעריאָריאַלער פּשרה און פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה, אָנהייבנדיק פֿון יהושע הרכבי, דעם איבערזעצער פֿון דער "פּאַלעסטינער קאָנװענץ", װעלכער איז נאָכן פֿאַרלאָזן זײַן אַמט אינעם אינפֿאָמאַציע־דינסט אַװעק שטודירן געשיכטע אין דער אַקאַדעמיע און איז געװאָרן, װי אַ געלערנטער היסטאריקער, פֿון די ערשטע פּרעדיקערס פֿאַר אַ פּאַלעסטינער מדינה. און אַזוי איז אויך געשען מיט אַלע פּרעמיער־מיניסטאָרן - חוץ יצחק שַמירן, װעלכער האָט זיך געהאַלטן בײַ דער פֿאַלשער פֿילאָזאפֿיע, לויט װעלכער די צײַט אַרבעט פֿאַר אונדז. די זעלבע מנהיגים האָבן זיך אָבער, װיִפּאָליטיקער, נישט געקענט באַפֿרײַען פֿון די אידעאָלאָגישע פֿאַרפֿליכטונגען פֿאַר זייער פּאָליטישער אָנגעהעריקייט און פֿאַר זײערע װײלער, און אויפֿן װעג צו זײער אויסניכטערונג האָבן זײ נישט אויפֿגעהערט אַרײַנצולײגן קלעצער אין די רעדער פֿון דעם שלום־צוג. פֿון דעם אַספּעקט װערט אפֿשר קלאָר די סיבּה פֿון נתניהוס פֿאַרביסענעם געראַנגל צו איזאָלירן משה פֿײַגלינען, דעם אָנפֿירער פֿון דער ראַדיקאַל־ רעכטער פֿראַקציע, װעלכער האָט זיך פֿאַרמאָסטן צו באַהערשן דעם "ליכּוד" מיט זײַן פֿונדאַמענטאַליסטישער אידעאָלאָגיע. אין דער אָפּשטימונג צװישן די מיטגלידער פֿון דער פּאַרטײ־צענטראַלע װעגן אָפּלײגן אויף נאָך צװײ יאָר די װאַלן צו דער פּאַרטײ־קאָנפֿערענץ, װאָס איז זיך נישט צוזאַמענגעקומען שוין זינט צען יאָר. אויף דעם אוֹפֿן האָט ער זיך באַפֿרײַט פֿון דער געפֿאַר פֿון אַן אינערלעכער שטערונג אָדער פּראָװאָקאַציע מיטן דערעפֿענען די אומדירעקטע געשפּרעכן אונטער דער אַמעריקאַנער פֿאַרמיטלונג צװישן ישראל און די פּאַלעסטינער, װעלכע האָבן פֿון זייער זײַט באַקומען די צושטימונג פֿון דער אַראַבישער ליגע. אָבער גענוי אַזוי װי אויף דער ייִדישער זײַט הערשן שאַרפֿע װידעראַנאַנדן לגבי דער צוקונפֿט פֿון דער מדינה, הערשן אויך שאַרפֿע מחלוקתן אין דער אָנפֿירונג פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ בנוגע דער סטראַטעגיע פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען מיט ישראל. דער פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט זיך געשטעלט פֿאַר זײַן ציל צו לײזן די אומלײזבאַרע (אויסער זיינע דאָרטיקע ) פּראָבלעמען און צו דערגרייכן אַ שלום אין צװײ יאָר, װעט אַפֿשר דאָס יאָר 2011 קענען װערן דאָס יאָר פֿון שלום - אויב ער װעט נאָר נישט װידער װערן געשטרויכלט - אַזוי װי אַלע פֿריִערדיקע פּרוּװן. פֿאָרווערטס, תל־אַבֿיבֿ, דעם 4־ן מײ 2010
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען