![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
טרומפּעלדאָר – און ייִדיש
נישט באַװוּסטע עפּיזאָדן און פּרטים אין לעבן פֿון יוסף טרומפּעדאָר און זײַן "ראָמאַן" מיט ייִדיש, האָט אין זײַן גלענצנדיקער לעקציע פֿאַר דעם קולטור־קרײַז דעם 24.3.2010 אַרויסגעברענגט ד"ר בער (באָריס) קאָטלערמאַן פֿון בר־אילן אוניװערסיטעט., װעלכער האָט באַגלייט זיין לעקציע מיט ליכט־בילדער און מאַפּעס. ער האָט צװ"אַנד דערצײלט, אַז טרומפּעלדאָר און זײַן חבֿר יצחק סערעבראָ האָבן אין יאָר 1905 אַרויסגעגעבן א רוסיש־ייִדישע אויסגאַבע א"נ "דער יודישער לעבן" אין טאַקײַשי, יאַפּאַן. אין קינסטלערישן טייל איז אויפֿגע־ טראָטן די זינגערין גלי בן־אריה פֿונעם געזאַנג־ װאַרשטאַט פֿון נחמה ליפֿשיץ, מיט רעגינאַ דריקער בײַם קלאַװיר. זי האָט אויך זײער חנעװדיק אויפֿגעשפּילט, צוזאַמען מיט אודי דאַװידזאָן, "די צװײ קוני־לעמל". בײַם סוף פֿון דעם פֿרימאָרגן האָט ח'טע בעלאַ בריקס־קלײנמאַן דערלאַנגט אין נאָמען פֿון "אַרבעטער־ רינג" אַ בוקעט בלומען דער דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן חיים צו איר געבוירנטאָג.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען