![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
אַ סאַליוט פֿאַר משה סחר
אַ װאַרעמהאַרציקער סאַליוט פֿון ליבשאַפֿט און הויכער אָנערקענונג איז אויסגעדריקט געװאָרן דורך דעם קולטור־קרײַז פֿון אַרבעטער־רינג צוזאַ מען מיטן טעאַטער־שבט דעם מיטגליד פֿון אונדזער קרײַז, דעם דיכטער, איבערזעצער און קינסטלער משה סחר - פֿאַר זײַן שעפֿערישקייט אויף די אַלע שטחים, מיט דער פּען און מיטן פּענזל. אַ היפּשער עוֹלם חברים, פֿרײַנד און פֿאַרערערס האָט אויסגעפֿולט דעם זאַל אויף דעם סאַליוט־פֿרימאָרגן, װאָס איז פֿאָרגעקומען דעם 28־סטן אַפּריל און אין װעלכן עס זײַנען לכּבוד אים אויפֿגעטראָטן די באַליבטע אַקטיאָרן פֿון דער טעאַטער בינע מאָטי גלעדי און יעקבֿ באָדאָ. נאָך דער װאָרטקינסטלערישער אײַנלײטונג פֿון שורה גרינהויז־טורקאָװ, װעלכע האָט רעציטירט משה סחרס אַ ליד װעגן ייִדיש, האָט די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים דערציילט װעגן איר לאַנג־ יאָריקער פֿרײַנטשאַפֿט מיט דעם דיכטער, און אויך געװידמעט אים אַירס אַ ליד. יעקב באָדאָ האָט באַגריסט דעם בעל־שׂמחה, דערציילנדיק מיט הומאָר עפּיזאָדן פֿון זייער בּשותּפֿותדיקן נסיון אויף דער טעאַטער־בינע: באָדאָ - װי אַן אַקטיאָר און סחר װי דער דיכטער און איבערזעצער. די זינגערין שושיה בארי־דותן האָט אויפֿגעזונגען עטלעכע לידער פֿון משה סחר מיט אירע מעלאָדיעס און אייגענער גיטאַרע־באַגלייטונג. מיט קורצע באַגריסונגען זענען אויפֿגעטראָטן: דניאל גלאי, יצחק לודען און אַפֿאָר שטייערין פֿון אמ"י, דעם ישראלדיקן אַקטיאָרן־פֿאַ ראײן, װעלכע האָט דערלאַנגט דעם בעל־שמחה אַ לויב־ צײַגעניש פֿאַר זײַן לעבנס־װערק. די ביוראָ־ פֿאַרװאַלטערין פֿון "אַרבעטער־רינג", בעלאַ בריקס־ קלײן האָט אים דערלאַנגט אַ קלײן פֿיגורל װאָס דערמאָנט "קוני לעמל", װאָס משה סחר האָט איבערגעזעצט פֿון ייִדיש - פֿאַרן העברעיִשן טעאַטער און פֿילם, בײַ דער זײַט פֿון די מערערע לידער און פּיעסן, צװישן זיי אויך איליאַ ערענבורגס סאַטירישע דערציילונג "ל ײזאָרעק רויטשװאַניעץ" װאָס ער האָט איבערגעזעצט פֿון רוסיש און באַאַרבעט פֿאַר דער בינע. צום סוף האָט דער אַקטיאָר מאָטי גלעדי פֿאַרװײלט דעם עוֹלם מיט אַ פֿול־תּוכיקן פּראָגראַם פֿון ליד און שפּיל, באַזירט אויף משה סחרס שאַפֿונגען, באַזונדערס דעם סקעטש "ייִדישע געשעפֿטן" און סאַטירישע אימיטאַציעס.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען