![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
מאַמע־לשון
משה סחר
ביסטו געקומען מיר אַנטקעגן, אויף אַלע װ ײַטע װיסטע װעגן איך װעל קײנמאָל נישט פֿאַרגעסן אַז כ'האָב פֿון דיר מײַן ברויט געגעסן. מאַמע־לשון, מאַמע־לשון, מאַמע־לשון - ייִדיש!
כ'בין דאָך שוין בײַ זיך אין לאַנד, פֿאַרװאס ביסטו צו שפּאָט און שאַנד, פֿאַרװאָס פֿאַרגעסט מען הײַנט אין דעם, אַז דו דאַרפֿסט אויך אַ שטיקל הײם, מאַמע־לשון, מאַמע־לשון - ייִדיש!
אויף אַלע גרויסע פֿרעמדע גאַסן האָט מען דיך ליב געהאַט צו האַסן, או דאָך האָסטו מיך װי אַ בלינדן געשוינט איך זאָל נישט פֿאַרשװינדן. מאַמע־לשון, איך בין געפֿאָרן און דערגאַנגען מיט װערטער, װערטערלעך און קלאַנגען, איך װעל נישט קיינמאָל זײַן קיין מידער צו זינגען דײַנע שײנע לידער מאַמע־לשון, מאַמע־לשון, מאַמע־לשון - ייִדיש.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען