![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
די װאָכעדיקע מאַמע און די שבּתדיקע מאַמע
צו זײַן 50־סטער יאָרצײַט שלום אַש
אַז יחיאל איז אַלט געװאָרן צען יאָר האָבן שוין אַלע אײַנגעזען - אַפֿילו די מוטער רבֿקה האָט געמוזט צוגעבן - אַז ער װאַקסט אויף אַ "פּרא אדם". קוֹדם־כּל האָט ער נישט געװאָלט לערנען, חוץ דעם װאָס ער האָט געהאַט אַ פֿאַרשטאָפּטן קאָפּ... איז נאָך ערגער: ער האָט גאָרנישט קיין ייִדישן אויסזען. בשעת ישׂכר זײַן ברודער האָט שוין, װי עס פּאַסט פֿאַר אַ ייִדיש ייִנגל - בלויז אויגן און פּאות אַ הערינג־גופֿל אין ריפּסענעם כאַלאַטל, װאָס ער האָט עס געקענט דרײַ מאָל אויף זיך אַרומװיקלען, האָט יחיאל דעם ברודער שטאַרק געהאַט איבערגעװאַקסן אין דער לענג און אין דער ברײט, גאָרנישט װי קיין ייִד, מיט אַ פּאָר הענט און פֿיס, שטאַרק קײן עין הרע װי אַ גוי להבֿדיל, מיט אַ פּנים, װאָס האָט זיך תּמיד געשײלט פֿון דער זון, באַשפּריצט מיט זומער־שפּרענקלעך. אַז ער איז געגאַנגען, האָט עס אים געטראָגן װי אַ שטורעם. דאָס לאַנגע כאַלאַטל אויפֿגעפּראַלט, די פּאות זענען געפֿלויגן פֿון בײדע זײַטן, אַזוי אויך די ציציות - צעכראַסטעט אויף אַלע פֿיר זײַטן. אין אַ מאַרק־טאָג, אײדער די מאַמע האָט זיך אומגעקוקט, האָט ער שוין אַרויסגעטראָגן די דרענגער און די ברעטער. דאָס געשטעל האָט ער געקענט אַלײן אויפֿשטעלן, און נישט נאָר דער מאַמעס אַלײן, געהאָלפֿן אויך אויפֿשטעלן אַנדערע װײבערס. דער טאַטע קומט צו לויפֿן פֿון בית־המדרש װי אַ שטורעם, אַרײַן צװישן די פּויערישע פֿורן: עס טראָגט זיך מיט אימפּעט צעפּלאָשעטע באָרד־ און־פּאות, אַ קנאָכיקער גוף שנײַדט זיך אַדורך װי אַ שטורעם־װינט: - שלעכט, רבֿקה, שלעכט, װעסט פֿון גיהנום נישט אַרויס, באַלאַמוטשעסט דײַן יונג פֿון לערנען! שטײט רבֿקה אין געהאַקטע װוּנדן בײַ דער שטעל: ער האָט דען נישט קיין רעכט, איר ברוך־משה, זי פֿאַרפֿירט דאָס ייִנגל און שלעפּט אים אַרײַן אין איר פֿינצטערער פּרנסה אַרײַן. אָנשטאָט אים צו טרײַבן פֿון זיך מיט אַ װאַלגער־ האָלץ, יאָגן אים אין חדר אַרײַן, לאָזט זי זיך פֿון אים באַהעלפֿן. זי איז לעצטנס געפֿאַלן פֿון די כּוֹחות, רבֿקה, דאָס טראָגן און קינדלען האָבן פֿון איר אַ תּל געמאַכט. פֿינף מאָל איז זי געװען אין קימפּעט, פֿון יחיאלן אָן, עס איז פֿון איר אַ שאָטן געװאָרן. דאָס פּנים גערינצט און געקנײטשט, מיט אירע נישט פֿולע דרײַסיק יאָר זעט זי שוין אויס װי אַ זקנה - הויט און בײנער, און אונטער דער טיפֿער הײך - אַן אײַנגעפֿאַלן פּנים. אמת טאַקע, די געשטאַלט האָט זי נאָך דערהאַלטן, אַ הויכע, אַרויפֿגעשאָסענע װי אַ סאָסנע. די שװערע פּרנסה - מילא. פֿאַר דעם איז זי דאָך אַ ייִדענע. איר גוֹרל איז שױן אַזעלכער. אָבער װאָס שלעפּט זי נאָך איר קינד אין איר פֿינצטערן מזל אַרײַן? זי זעט זיך שוין אין גיהנום אַ פֿאַרפֿאַלענע, צװישן שלאַנגען און הקדשן, קײנמאָל װעט זי פֿון דאָרט נישט אַרויס־ קריכן. מען װעט זי אין גן־עדן נישט אַרײַנלאָזן, װײַל זי באַלאַמוטשעט איר אײגן קינד פֿון לערנען. אַזאַ זעט זי זיך שוין, אַ פֿאַרפֿאָלענע פֿון בײדע װעלטן. אינאָװנט, װען זי שטײט בײַם פּיעקעליק און בלאָזט אויף מיט אירע לונגען דאָס אײַנגעזונקענע פֿײַער אונטער דעם דרײַפֿוס אויף װעלכן עס קאָכט זיך די הײמישע װעטשערע, שיט איר נאָך דער מאָן זאַלץ אויף די װוּנדן. די חכמים זאָגן עס איז נישטאָ קײן גרעסערע זינד װי פֿאַרמײַדן פֿון קלײנע קינדער דאָס לערנען תּוֹרה... אַז דו באַלאַמו־ טשעסט דאָס קינד און לאָזט עס נישט לערנען, מאַכסטו חרובֿ די װעלט. רבֿקה שטייט בײַם טאָפּ קאַרטאָפֿלעס און טרערן רינען פֿון אירע רויטע, פֿון װינט און זון אָנגעצונדענע אויגן, אין טאָפּ אַרײַן. זי חזרט איבער דעם מאַנס װערטער: מאַך איך חרובֿ די װעלט, איז דאָך װײ און װינד צו מיר. יחיאל זיצט אויף דער ערד און חזרט די גמרא, װאָס ער לערנט אין חדר. װי אַ װילדער מענטש שרײַט ער אַרויס פֿון דער גרויסער גמרא: מאַמע, װײן נישט, דו װעסט שוין זען... און יעדן מאָל װען די ייִדן זענען פֿאַרטאָן אין דאַװענען, איז - אָדער ער שטעלט זיך אויפֿן קאָפּ, אָדער ער מאַכט גאָר אַ קאָזשעליק, אָדער ער גיט גאָר אַ פֿײַף. אַז רבֿקה דערהערט עס, באַגיסט זי זיך מיט חרפּה און בושה, ברעכט אירע הענט, טײלמאָל גײט זי צו צו אים, בײגט צו איר פֿאַרװײנט פּנים און כליפּעט אַרײַן אין אים: אָ, מײַן אָרעם קינד, פֿאַרװאָס פֿאַרשעמסטו מיך אַזוי! און ער װעט דאָך דער מאַמען נישט זאָגן, אַז דאָס טוט ער פֿאַר גאָט. אַז גאָט האָט הנאה פֿון זײַנע קונצן, דאָס װײסט ער, װאָרום יעדעס מאָל װען ער באַװײַזט אַ קונץ פֿאַר גאָט, שמײכלט גאָט צו אים און זײַן האַ רץ װערט איבערגעגאָסן מיט אַ משונהדיקער הנאה. נעמט ער פֿאַר גוט דעם פֿאָטערס קלעפּ און קנײַפּן. עס טוט אים נאָר װײ דער מאַמעס צער, ער װיל נישט דער מאַמען קײן צער אָנטאָן... ער קען נישט צוזען װי די מאַמע שלעפּט אַלײן די ברעטער פֿון קראָם אין גאַס אַרויס, ער קען נישט צוזען װי די מאַמע שטײט אײנע אַלײן אין מאַרק. אַנומלט האָט ער געזען װי די מאַמע האָט זיך געריסן מיט אַ שטאַרקן פּויער איבער אַ שטיקל סחוֹרה. איר האַלדז האָט זיך אָנגעצויגן, אויף איר פּנים איז שרעקלעך געװען צו קוקן, אירע רויטע אָנגעלאָפֿענע אויגן האָבן אַרויסגעזעצט אַזוי װי זײ װאָלטן געװאָלט אַרויס־ פֿאַלן... זי האָט געשריגן נאָך הילף: "מענטשן, ער באַגזלט מיך אין מיטן העלן טאָג". ער װעט קײנמאָל נישט פֿאַרגעסן װי דער גוי האָט די מאַמע אַ שטופּ געטאָן אין דער ברוסט אַרײַן, זי איז אַנידערגעפֿאַלן און זיך איבערגע־ קוילעט אינמיטן גאַס. נאָר אײן־און־אײנציקן מאָל אין דער װאָך איז די מאַמע אַזוי אויך געשטאַנען, אַז צו איר האָט קײַנער נישט געקענט דערגרײכן - אַפֿילו דער טאַטע מיט זײַן לערנען און מיט זײַן אָנגעגרײטן חלק לעוֹלם הבא אויך נישט. עס האָט זיך אים אויסגעדאַכט, אַז דענסטמאָל איז עס גאָר אַ גאַנץ אַנדערע מאַמע - און זי איז די װיכטיקסטע און חשובסטע פֿון אַלע. דורך דער קורצער צײַט, פֿרײַטיק פֿאַרנאַכט, ענדערט זיך די מאַמע, נײן, נישט זי ענדערט זיך, זי װערט פֿאַרװאַנדלט אין אַן אַנדערע. אײגנטלעך זענען פֿאַראַן צװײ מאַמעס - אײנע אַ װאָכעדיקע און אײנע אַ שבתדיקע. די װאָכעדיקע איז טאַקע די אײגענע מאַמע פֿון אַ גאַנצער װאָך מיט דעם אָרעמען אָפּגעניצעװעטן טשאָפּיק װאָס פֿון זון און װינט איז דער שװאַרצער אַטלאַס אָפּגעבליאַקעװעט און גרין געװאָרן. די װאָכעדיקע מאַמע שטײט אין מאַרק - שרײַט, שעלט און זאָגט ליגן. און מיטאַמאָל, װען זײ קומען אַהײם פֿון שיל - אַ שבּתדיקע מאַמע מיט פֿעדער שפּילקעס אויף איר הויב, עס בלישטשעט און בליאַסקעט מיט שופּנפֿליטערלעך פֿון איר ברוסט אַראָפּ. איר שבתדיקער טשאָפּיק איז אַ נאַטירלעכע קרוין איבער איר גלאַנציקן שבּתדיקן שטערן. מאַמע־חן ליגט איבער איר פּנים אויסגעגאָסן. ער ליגט אין די אויגן, אין די טיפֿענישן פֿון איר ברוינלעך טונקעלער הויט. איר האַלדז איז גאָר־ נישט דער אײגענער - ער איז װײך װי פּוך, ער האָט אַ מין גליטשיקייט, ס'איז אַזוי גוט צו קוקן אויף אים, אַז דו װילסט דאָס פּנים צונײגן. דער גאַנצער שבּת ליגט דער מאַמען אויפֿן גלאַנצנדיקן ברוינעם שטערן אויסגעשײַנט, װי אַ זון שײַנט זי, און אַלץ האָט זיך געענדערט. דאָס גאַנצע שטיבל, דער טיש, װי עס װאָלט מיט דער מאַמען אַ סוד געשען, אַ באַהאַלטענע זאַך. װען די מאַמע פֿאַרדעקט זיך די אויגן מיט די הענט און בענטשט ליכט, קומט אַ הײליקער מלאך אַרײַן אין שטוב און שפּרייט שכינה איבער איר פּנים. װען די מאַמע בענטשט ליכט, געפֿינט זיך דענסמאָל גאָט אין שטוב און אַזוי װי עס איז פֿאַראַן אַ װאָכעדיקע מאַמע און אַ שבּתדיקע מאַמע - אַזוי איז פֿאַראַן אַ װאָכעדיקער גאָט און אַ שבּתדיקער גאָט. דער שבּתדיקער גאָט װערט אין יחיאלס פֿאַנטאַזיע פֿאַרקערפּערט אין דער פֿאָרם פֿון עפּעס װײַבלעכס, עס האָט עפּעס אַ שײכות מיט דער מאַמע רחל. די מאַמע קריגט בײַ אים אַן אַנדערע חשיבֿות, װײַל די מאַמע װערט פֿאַראייניקט מיט שבּת. איצט זעט ער אַז אין דער אמתן איז די מאַמע אַ שבתדיקע מאַמע, נאָר אויף דער־װעלט - אינמיטן דער װאָך צוליב דעם גלות מוז זי נעבעך אַ גאַנצע װאָך פֿאַרװאַנדלט װערן אין אַ װאָכעדיקער - װען משיח װעט קומען, װעט שוין די מאַמע אַפֿילו אינדערװאָכן זײַן אַ שבּתדיקע מאַמע שוין שטענדי ק, שטענדיק. (פֿראַגמענט פֿון "דער תהילים־ייד")
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען