![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
דעם שׂוֹנא אין די צײן
אהרן באָרנבוים / װיסמאַר
װעגן אַלעקסאַנדער מאַטראָסאָװס העלדנטאַט אין דער גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה * װײסן נאָך אַ סך געװעזענע בירגער פֿון דעם צעפֿאַלענעם ראַטנלאַנד. דער דאָזיקער רוסישער סאָלדאַט, כּמעט נאך אַ יונג יאַטל, האָט מיט זײַן קערפּער פֿאַרשטאָפּט די אמבראזור פֿון אַ דײַטשישן "דזשאַט". װי מען האָט זיך שפּעטער דערװוּסט, האָבן אַזאַ העלדישקייט אַרויס־ געװיזן נאָר זײער געצײלטע צענדליקער אַנדערע סאַװיעטישע סאָלדאַטן, אויך ייִדן, אָבער פֿאַר אַ בײשפּיל פֿון גרויסן פּאָטריאָטיזם איז געװען גענוג איין העלד מיט אַ רוסישן נאָמען. װעגן אים האָבן געשריבן אַלע צענטראַלע סאָװיעטישע צײַטונגען. פֿאַר דער דערציונג פֿון דעם סאָװיעטישן פּאַטריאָטיזם, האָט מען אויסגענוצט נאָר איין איקאָנע אין דער געשטאַלט פֿון אַ יונג רוסיש מײדל מיטן נאָמען זאָיאַ קאָסמאָדעמיאַנסקאַיאַ. װעגן איר העלדישקייט האָט מען גערעדט און געשריבן נישט װײניקער װי װעגן מאַטראַסאָװן. אויף איר בײַשפּיל פֿון העראָיִזם האָט מען אין ראַטנפֿאַרבאַנד דערצויגן ניט איין דור פֿון דער סאָװיעטישער יוגנט. צי זײַנען געװען נאָר אַזעלכע העלדישע מײדלעך, װאָס האָבן אין דײַטשישן הינטערלאַנד געקעמפֿט מיטן בלוטיקן שוֹנא? יאָ, עס זײַנען געװען אַזעלכע מיט רוסישע און מיט ניט רוסישע נעמען. אָבער איך חזר איבער: צוליב פּראָפּאַגאַנדע האָט מען געדאַרפֿט האָבן העלדן מיט רײַן רוסישע נעמען - דאָס זאָל שײַנען פֿאר די איבעריקע װי הײליקע לויכטנדיקע אָרעאָלן. ערשט ניט לאַנג האָב איך זיך דערװוּסט, אַז אַזוי העלדיש װי קאָסמאָדעמיאַנסקאַיאַ האָט אָפּגעגעבן איר לעבן פֿאַר דעם פֿאָטערלאַנד, אַ מײדל מיטן ייִדישן פֿאַמיליע־נאַמען כײַקינאַ. װעגן איר האָט דערצײלט אין יאָר 1994 איר שװעסטערקינד סאַלאָמאָן איצקאָ־ װיטש, אַן עמיגראַנט פֿון רוסלאַנד. ביז הײַנט קען ער זיך ניט באַרויִקן, הלמאי מען האָט װעגן דער גרויסער העלדישקייט פֿון זײַן קרוֹבֿה נישט גערעדט און נישט געשריבן, אַפֿילו ניט אין אַ קליינער נאַטיץ אין אַן אָרטיקער צײַטונג. ס'האָט איר זיכער געשטערט איר ייִדישער נאָמען. איז לאָמיר כאָטש איצט אָפּצאָלן זײ דעם חוֹבֿ פֿון אונדזער מענטשלעכן זיכּרון. אין דעם קליינעם שטעטל מגלין איף דער בראָנש־ טשינע אין רוסלאַנד האָט געלעבט אַ פֿאַ רמעגלעכע ייִדישע משפּחה. אין אַלע צײַטן האָט די משפּחה ניט שלעכט געלעבט. דער פֿאָטער איסר האָט געהאַנדלט מיט פֿעלעכלעך. אונטער דעם סאָװיעטישן רעזשים האָט ער אָפּגעקויפֿט פֿעלעכלעך בײַ די פּויערן פֿאַר דער מלוכה. זײ האָבן געהאַט איין און איינציקע טאָכטער, זײער אַ שײנע און אַ געראָטענע. װען די מלחמה איז אויסגעבראַכן, איז זי אַלט געװען איין און צװאַנציק יאָר, די צייט חתונה צו האָבן. סוף װינטער 1942 איז אין דעם שטעטל אַרײַן זיך אָפּרוען אַ דײַטשישע פֿראָנט־אײנהייט און אין איסרס גרויסן הויז האָבן זיך באַזעצט עטלעכע דײַטשישע אָפֿיצירן. די באַלעבאָסטע ראַיע איז געװען אַ גוטע קעכין און פֿון אירע אָנבײַסנס האָבן זײ שטאַרק הנאה געהאַט. זײער באַציִונג צו די כײַקינס איז געװען אַ גוטע. די שװאַ רצהאָריקע חנעװדיקע זינע האָט געפֿונען חן בײַ איינעם פֿון די אָפֿיצירן, װעלכער האָט איר פֿאָרגעלײגט "זײַן האַנט און זײַן האַרץ". דאָס איז אָבער, פֿאַרשטײט זיך, געזאָגט געװאָרן אין אַ שפּאַס, אָפּצולאַכן פֿון דעם ייִדישן מײדל. דער גוֹרל פֿון די ייִדן איז גראָד דעמאָלט געהאָנגען אויף אַ האָר. קורץ נאָך דעם איז די דײַטשישע אײנהײט אַװעק װײַטער אין דער ריכטונג צו מאָסקװע. אין דעם שטעטל האָבן אָנגעהויבן באַלעבאַטעװען די נײַ אָנגעקומענע האָרדעס פֿון עס־עס און די אָרטיקע פּאָליצײ. אַלע ייִדן זײַנען געװאָרן אַרײַנגעטריבן אין געטאָ און ס'האָט זיך אָנגעהויבן פֿאַר זײ דער גיהנום. אַ סך פֿון די לעבנגעבליבענע ייִדן פֿון דעם שטעטל האָבן געזוכט אַ רעטונג בײַ הײמישע פּויערן אין די שכנות דיקע דערפֿער. די כייקינס האָבן באַשלאָסן, אַז זינאַ מיט דער מאַמען זאָלן זיך אויסבאַהאַלטן בײַ באַקאַנטע פּויערן אין אַ דאַרף פֿון װאַנען די מוטער שטאַמט, אַן ערך צען קילאַמעטער פֿון דעם שטעטל. ס' איז נישט געװען לײַכט זיך דערקלײַבן צום דעם װײַטן דאָרף. ס'איז געװען אָבער זומער און אויף זייער געפֿערלעכן װאַנדער האָבן זיי זיך געקענט אויסבאַהאַלטן אין אַ װעלדל אָדער אין פֿעלד צװישן די געדיכטע הויכע זאַנגען. אין אַ טיפֿער נאַכט האָבן זײ אָנגעקלאַפּט אין פֿענצטער פֿון דעם שול־דירעקטאָר אינעם דאָרף. זײַן װײַב האָט זײ מכבּד געװײַן מיט הײסע קאַטאָפֿל און זויערמילך. זיי האָבן אָבער פֿאַרשטאַנען, אַז דער שול־ פֿאַרװאַלטער קען בײַ זיך קײן ייִדן נישט אויסבאַהאַלטן - דאָס איז פֿאַר אים און זײַן משפּחה אַ לעבנס־געפֿאַר. ראַיע האָט געבעטן בײַ דעם יונגן גוטן מאַן ער זאָל זײ נאָר אָנװײַזן דעם װעג צו די פּאַרטיזאַנער. דאָס איז געװען נישט װײניקער געפֿערלעך, אָבער עס האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו דערפֿילן זייער בּקשה און ברענגען זיי צו די פּאַרטיזאַנער, װעלכע האָבן זיי אויפֿגענומען און אײַנגעשלאָסן אין זייער אַטריאַד. די מוטער ראַיע איז געװאָרן אַ קעכין אין דעם אָטריאַד, און זינאַ האָט מען געגעבן אַ "טראָפֿײנע" ביקס, מיט װעלכער זי איז, אינאיינעם מיט אַנדערע פּאַרטיזאַנער געגאַנגען אויף פֿאַרשײדענע קאַמף־ אָפּעראַציעס. די מאַמע האָט איר געזאָגט: - "היט זיך אָפּ. װאָס װעל איך טאָן אַלײן טאַמער דו װעסט מיר, חלילה, אומקומען? דײַן טאַטן האָט מען דערשאָסן צוזאַמען מיט אַלע ייִדן אין שטעטל". - "איך בין נישט בעסער און נישט ערגער פֿון די אַנדערע אין דעם אַטריאַד" - האָט זינע געענטפֿערט. - "אויב איך װעל אומקומען, װעט עס געשען אין אַ שלאַכט, און נישט אין אַ גרוב הינטער דער שטאָט". װער קען אונדז איצט דערצײלן אין װעלכע קאַמפֿס־ אָפּעראַציעס זי האָט אָנטײלגענומען, װאָס זי האָט געטרוימט אין די אויפֿדערנאַכטן אַרום דעם פּאַרטיזאַ־ נען־פֿײַער אָדער אין דער װאַלד־זעמליאַנקע אין די לאַנגע װינטער־נעכט. די מאַמע האָט מוֹרא געהאַט אַז זינע זאָל חלילה ניט װערן קיין "אָטריאַדנע װײַב", האָט זי דעריבער זי אויסגעגעבן פֿאַר אַ ייִדישן בּחור פֿון זײער שטעטל מעגלין, אַ פּאַרטיזאַן מיטן נאָמען גאָלקאָװיטש, װעלכער איז אומגעקומען מיט אַ העראָיִשן טויט. זינע האָט באַקומען די אויפֿגאַבע זיך צו דערשלאָגן צו אַ װײַטן דאָרף מיט דער שליחות איבערצוגעבן אַפֿאַרבינדלער פֿונעם אונטערגרונט אַ באַפֿעל פֿון דעם קאָמאַנדיר. איר מאַן האָט געװוּסט װי געפֿערלעך עס איז אויסצופֿירן אַזאַ שליחות אַלײן, און האָט געבעטן דעם קאָמאַנדיר צו שיקן אויך אים צוזאַמען מיט איר. אין צװײען װעט עס זײַן לײַכטער - האָט ער געזאָגט. פֿון װאַלד זײַנען זײ אַרויס װי נאָר עס האָט אָנגעהויבן טונקלען, כּדי זײ זאָלן באַװײַזן זיך צוריצוקערן ביזן קאַיאָר. די געגנט האָבן זײ גוט געקענט, דער װעג האָט געפֿירט דורך פֿאַרשנײטע פֿעלדער און אומבאַמערקבאַרע װאַלד־סטעזשקעס. אַרום זײ האָט געהערשט אַ שטילקייט, װי די װעלט װאָלט מיטאַמאָל אויסגע־ שטאָרבן. אין דאָרף איז זינע אַרײַן אַלײן, איר מאַן איז געבליבן אין אַ לײדיקן קי־שטאַל בײַם ראַנד פֿונעם דאָרף. דאָס דאָרף איז געשלאָפֿן, אַפֿילו די הינט האָבן נישט געהאַװקעט, עס האָט גאַרנישט אָנגעװיזן אויף קײן געפֿאַר. אָבער - אין דער שטילקייט האָט געלויערט דער טויט. די פּאָרטיזאַנער האָבן נישט געװוּסט, אַז אין דעם אָטריאַד האָט זיך געפֿונען אַ פֿאַררעטער, װאָס האָט געגעבן צו װיסן דעם שׂוֹנא װעגן דער אָפּעראַציע. דאָרט האָבן שוין אויף זײ געװאַרט באַװאָפֿנטע פּאַליצײ־לײַט. זינע האָט זײ באַמערקט אין דער פֿינצטער, װען זי איז שוין געװען נאָענט צום הויז װוּ עס האָט געדאַרפֿט פֿאָרקומען די באַגעגעניש מיט דעם מענטש פֿון דעם אונטערגרונט. זי האָט באַװיזן עטלעכע מאָל אויסצו־ שיסן פֿון איר פּיסטאָל אין דער ריכטונג פֿון דער פּאָליציי און האָט זיך אַ ריס געטאָן צוריק. די פּאָליצײ האָט געענטפֿערט מיט אַ פֿײַער פֿון עטלעכע ביקסן. אַ קויל האָט געטראָפֿן זינען אין פֿוס און זי איז געפֿאַלן אין מיטן דער גאַס פֿון דעם דאָרף. עס איז ניט שװער זיך פֿאָרצושטעלן װאָס די פּאָליצײ־ לײַט, פֿאַרשיכּורטע פֿון זײער דערפֿאָלג, פֿון האַס און פֿון בראָנפֿן, האָבן אָפּגעטאָן מיט דער ייִדישער פּאַרטי־ זאַנערין. ביז אינדערפֿרי האָבן זײ זי אַ פֿאַרװוּנדעטע פֿאַרגװאַלדיקט, געבריקעט מיט די שטיװל, זיך איבער איר אַכזריותדיק איזדעקעװעט. זינעס געשרײַען האָט מען געהערט ביזן ראַנד פֿונעם דאָרף. װאָס האָט געקענט טאָן איר יונגער מאַן אין אַזאַ שרעקלעכער שעה? צוריקקערן זיך אין אַטריאַד און דערצײלן װאָס עס איז מיט איר געשען? אַזוי האָט געקאָנט זיך פֿירן נאָר אַפּחדן. ער האָט זיך גלײַך געלאָזט לויפֿן צו זינען ראַטעװען זי פֿון טויט, כאָטש ער האָט גוט געװוּסט, אַז גיכער פֿון אַלץ װעט ער אַלײן אומקומען. עס האָט זיך װידער באַנײַט די שיסערײַ. אָבער װאָס האָט געקענט אויפֿטאָן אַײנער קעגן אַ גאַנצער באַנדע פּאָליצײ. זײ האָבן אים שװער פֿאַרװוּנדעט. זינע האָט געזען װי זײ האָבן אים אַ האַלב לעבעדיקן אַרײַנ־ געשלײדערט אין הויז און אים געפּײַניקט. די הערצער פֿון די צװײ ייִדישע פּאַרטיזאַנער האָבן נישט אויסגע־ האַלטן. זײ האָבן נישט דערלעבט ביז דעם קאַיִאָר, ביזן אויפֿגאַנג פֿון דער זון. אינדערפֿרי האָבן די אײַנװױנער זײ באַגראָבן אינעם דאָרף. "נו, און װײַטער? װאָס איז דערנאָך געשען?" - װעלן פֿרעגן אייניקע לײענער. אין דעם פּאַרטיזאַנער־ אַטריאַד האט מען זיך באַלד דערװוּסט װער עס איז געװען דער פֿאַררעטער. איר װעט נישט גלײבן - דער פֿאַררעטער איז געװען דער שטעלפֿאַרטרעטער פֿון דעם קאָמאַנדיר. עס האָט זיך אַ רויסגעװיזן, אַז אויסער דעם קאָמאַנדיר און דעם העלדיש אומגעקומענעם גאָלקאָװיטש האָט געװוּסט װעגן דער שליחות נאָר דעם קאָמאַנדירס פֿאַרטרעטער. עס איז דעריבער נישט געװען שװער אויסצוגעפֿינען װער עס איז דער פֿאַררעטער און מען האָט אים דערשאָסן און באַגראָבן ערגעצװוּ אין װאַלד. זינעס מוטער איז אַראָפּ פֿון זינען און מען האָט זי מיט אַן עראָפּלאַן, צוזאַמען מיט עטלעכע פֿאַרװוּנדעטע פּאַרטיזאַנער אַריבערגעפֿירט אין טיפֿן הינטערלאַנד. נאָך דער מלחמה האָט זיך ראַיע צוריקגעקערט קײן מעגלין. איר הויז האָבן די דײַטשן פֿאַרברענט און זי האָט באַקומען פֿון דעם שטאָטראַט אַ קלײנע װױנונג, אין װעלכער זי האָט אָפּגעלעבט אַן אײנזאַמע אירע אַלע יאָרן. װען סאַלאָמאָן איז געקומען צו גאַסט צו זײַן מומע ראַיע אין מעגלין, האָט זי אים דערצײלט די דאָזיקע גאַנצע געשיכטע.
* אַזוי האָט די סאָװיעטישע מאַכט באַצייכנט די מלחמה צװישן דעם ראַטנפֿאַרבאַנד און היטלער־ דײַטשלאַנד גלײַך נאָך דעם דײַטשישן איבערפֿאַל אויף רוסלאַנד, װי זי װאָלט נישט געװען קײן טײל פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה... דאָס איז אָבער געװען אַ טײל פֿון דער סאָװיעטישער פּראָפּאַגאַנדע צו געװינען די אונטעשטיצונג פֿון די סאַװיעטישע פֿעלקער דווך אויפֿװעקן בײַ זײ די פֿריִער פֿאַרלײקנטע פּאַטריאָטישע און נאַציאָנאַלע געפֿילן.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען