![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
ס'האָט געשמעקט מיט מלחמה
אַהרן באַרנבוים, װיסמאַר, דײַטשלאַנד
אינדרויסן איז געשטאַנען יאַנואַר 1941 און, װי מען האָט אַביסל שפּעטער געזונגען, האָט אין דער לופֿט געשמעקט מיט אַ געװיטער. די מענטשן האָבן איינער דעם אַנדערן געפֿרעגט: ס'װעט זײַן אַ מלחמה, צי ניט? כאָטש אַ סך האָבן געװוּסט, אַז זי שטייט פֿאַר דער טיר; צוליב װאָס נאָט היטלער אַריבערגעװאָרפֿן אַזוי פֿיל דיװיזיעס נאָענט צו דער גרענעץ פֿונעם ראַטנפֿאַרבאַנד? שפּילן אין קאָרטן מיט די סאָװיעטישע גענעץ־װעכטער? פֿון צװײ - קאַװאלעריע־פּאָלקן װאָס האָבן סטאַציאָנירט אין דער שטאָט פֿערגאַנאַ אין מיטל־אַזיאַטישן מיליטער־קרײַז האָט מען אָפּגעקליבן צװײ הונדערט רויטאַרמייער פֿונעם צװײטן יאָרדינסט אויף יעפֿרייטער־קורסן - ערשט נישט לאַנג אײַנגעפֿירטע פֿאר דערפֿאַרענע סאָלדאַטן אין דער רויטער אַרמײ. זײ האָבן געדאַרפֿט װערן די מוסטער־קעמפֿער אין דער פֿאָרשטייענדיקער מלחמה. פֿון דעם קוילנװאַרפֿער־עסקאַדראָן האָט מען אויף די דאָזיקע קורסן אינאיינעם מיט נאָך אַ צענדליק רויטאַרמייער אָפּגעקליבן אויך מיך, און איך האָב, פֿאַרשטענדלעך, דערמיט שטאָלצירט. אין אַ קאַלטן פֿרימאָרגן האָט מען אונדז אויסגעשטעלט אויף אַ גרויסן פּלאַץ. די ערד איז געװען צוגעדעקט מיט פֿרישן שנײ, און פֿון דער װײַטנס האָבן געפֿינקלט די שטראַלן פֿון דער אויפֿגײענדיקער זון די מיט שנײ און אײַז באַדעקטע טיאן־שאַן בערג. אין מיטל־אַזיאַטישן מיליטער־קרײַז האָבן די רויטאַרמייער ניט געטראָגן קיין װאַרעמע בודיאָנאָװקעס, נאָר זומער־קאַסקעטן, און אַ קלײן פֿרעסטל האָט דעריבער געשטשיפּעט אין די אויערן. צו אונדז איז געקומען דער נאַטשאַלניק פֿון די קורסן, דער ערשטער פֿאַרטרעטער פֿון דעם דעװיזיע־ קאָמאַנדיר, פּאָלקאָװניק ראָטנבערג. די פֿאַמיליע און זײַן פּנים האָבן נישט געלאָזט קײן ספֿק, אַז ער איז אַ ייִד. ער האָט אונדז באַגריסט און מיט אַ שמײכל געפֿרעגט: - װאָס, חברים רויטאַמײער, ס'איז קאַלט? - טאַק אָטשנאָ, חבֿר פּאָלקאָװניק! עס האָט זיך דערהערט זײַן באַפֿעל: - אויסטאָן די שינעלן! מיר זעען אויך װי דער פּאָלקאָװניק נעמט אַראָפּ זײַן שינעל און ליִגט אים אויפֿן שנײ. נאָך דעם איז געקומען אַ נײַער באַפֿעל: - אויסטאָן די גימנאַס־ טיאָרקעס! מיר קוקן מיט שטוינונג אויפן קאָמאַנדיר: ער נעמט אַראָפּ פֿון זיך זײַן גימנאַסטיאָרקע און אַזוי טוען מיר אויך. האָבן מיר דען געהאַט אַן אַנדערע ברירה? טויט און געפֿאַנגענשאַפֿט. איך װאָלט דעמאָלט, און אויך שפּעטער אויף אונדזערע פֿראָנטן געקאָנט אויף אייביק בלײַבן "אָן אַ סימן, אַ פֿאַרפֿאַלענער". אַ ייִדישער קעמפֿער האָט געקאָנט פֿאַלן אין אַ שלאַכט אָדער אַרײַנפֿאַלן אין די דײַטשישע הענט און אויפֿן אָרט צו װערן דערשאָסן. זײער װײניק ייִדן האָבן איבערגעלעבט די געפֿאַנגענשאַפֿט. אָבער אין פֿרילינג 1941, װען איך פֿלעג בײַנאַכט זײַן דער "דניעװאַלני" (אויפזייער) אין דער קאַזאַרמע אָדער קאַניושנע האָב איך, זיצנדיק אויף אַ טאַבאָרעט אָדער אויף אַ טיוק הײ, זיך פֿאָרגעשטעלט װיִ איך קום אַהײם צו מײַנע עלטערן, אַ שטאַרקער יונג אין אַ מיליטערישן אוניפֿאָרם, מיט אַ פּאָר מעדאַלן אויף דער ברוסט. אַלע מײדלעך װעלן זיך אויף מיר פֿאַרקוקן. איז אָבער דאָ פּלוצעם אויסגעבראָכן די מלחמה, װוּ מען קאָן דערהרגעט װערן. װאָס פֿאַר אַ אומגליק װעט דאָס זײַן פֿאַר טאַטע־מאַמע! עס האָט זיך אָבער אויסגעלאָזט פֿאַרקערט. איך בין געבליבן לעבן, זיך אומגעקערט פֿון דער מלחמה אַהײם. און זײ מיט אַלע מײַנע אייגענע, זײַנען אומגעקומען פֿון הענקערישע הענט. קיינער, קיינער האָט דאָס נישט געקענט פֿאָרויסזען
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען