![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
דער אָנטײל פֿון ייִדן אין די קעמפֿנדיקע אַרמײען
דאָס איז דער ענטפֿער צו די אַלע, וואָס האָבן נישט דערשאַצט, און צומאָל אָפּגעשפּאָט פֿון דעם אָנטײל פֿון די "גלות־ייִדן" אין דעם בלוטיקן פֿאַרמעסט פֿון דער פֿרײַער װעלט קעגן דער נאַצישער הידרע און האָבן גרינגגעשאַצט זײער בײַשטײַער צו דעם נצחון איבער איר. דאָס איז דער ענטפֿער צו די אַלע װאָס האָבן געטענהט און געפֿרעגט פֿאַרוואָס די ייִדן, אויסגעהונגערטע און קראַנקע סקעלעטן, הערמעטיש פֿאַרשלאָסענע אין די געטאָס, זענען געגאַנגען אַפּאַטיש צום טויט. סטאַלינס מערדערס האָבן אויסגעשאָסן 22.000 פּוילישע אָפֿיצירן אין די וועלדער פֿון קאַטין, און קײנער פֿרעגט נישט: פֿאַרוואָס זיי האָבן זיך געלאָזט דערהרגענען - אָבער ייִדישע מוטערס מיט קינדער און אַלטע לײַט פֿרעגט מען יאָ... פֿאַרשפּילטע אין דער מלחמה צייכענען מיר אָפּ צוזאַמען מיט דער פֿרײַער װעלט מיט אירע זיגערי־ שע פֿעלקער, דעם יום-טוב פֿון דעם 9טן מײַ מיט געמישטע געפֿילן פֿון דערנידערונג און דערהויבנ־ קייט, פֿון קלעמענדיקן אומעט און גרויסער פֿרײד מיט דער באַפרײַונג. פֿרײד און נחמה געמישט מיט אַזוי פֿיל צער.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען