![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
דער 9־טער מײַ – פֿאַר ייִדן אַן עמביוואַלענטער יום־טוב
וועגן ייִדן אין דער צווייטער וועלט־מלחמה אַהרן שפּיראָ
דעם 9־טן מײַ מערקט אָפּ די פֿרײַע וועלט יעדעס יאָר דעם יאָרטאָג פֿון איר נצחון איבער דעם נאַצי־דײַטשישן מאָנסטער, װעלכער האָט זיך פֿאַרמאָסטן צו באַהערשן און צו פֿאַרקנעכטן זי אונטער היטלערס "טויזנטיאָריקן דריטן רײַך". הײַנטיקס יאָר פֿײַערט זי, די פֿרײַע װעלט, דעם 65־סטן יאָרטאָג פֿון דעם דאָזיקן נצחון. די פֿעלקער, וואָס האָבן אָנטיילגענומען אין אָט דער בלוטיקסטער פֿון אַלע מלחמות אין דער וועלט־געשיכטע, האָבן געגעבן צענדליקער מיליאָנען קרבּנות. זיי האָבן אָבער די מלחמה געװוּנען. אַן אַנדערן באַטײַט און כאַראַקטער טראָגט, דאַקעגן, די דאַטע פֿון 9־טן מײַ פֿאַר אונדז, פֿאַר דער ייִדישער שארית הפּליטה פֿונעם חורבּן. דאָס ייִדישע פֿאָלק, װאָס קען װירדיק שטאָלצירן מיט זײַן אָנטײל אין דער דאָזיקער מלחמה קעגן היטלער־דײַטשלאַנד, באַציט זיך אָבער מיט עמביװאַלענטע געפֿילן צו אָט דעם גרויסן נצחון. פֿאַקטיש וואָלטן מיר אין דעם טאָג געדאַרפֿט זיך פֿרייען צוזאַמען מיט די פֿעלקער, וואָס פֿײַערן דעם טאָג פֿון נצחון. מיר טוען דאָס טאַקע, אָבער אונדזער פֿרײד איז געמישט מיט נישט װײניקער קלעמענדיקן טרויער - און דאָס ווײַל מיר ייִדן זענען די איינציקע, וואָס האָבן טראָץ דעם נצחון איבער די נאַציס די מלחמה פֿאַרשפּילט: אונדזערע אייראָפּעיִשע ייִדן זענען געוואָרן פֿאַרטיליקט. הײַנט הערן מיר עס שוין כּמעט נישט, אָבער נישט גענוג וואָס מיר האָבן באַצאָלט אַזאַ שוידערלעכן פּרײַז, האָבן מיר נאָך אין משך פֿון יאָרן נאָכן חורבּן געהאַט אויסצושטײן די בייזוויליקע פֿאָרװוּרפֿן, אַז די ייִדן זענען געגאַנגען צום טויט ווי שאָף צו דער שחיטה. ווײַניק וואָס די פֿאָרוווּרפֿן קומט אונדז אויס, נישט איין מאָל, צו הערן פֿון אַנטיסעמיטן, האַבן מיר עס אויך געהערט פֿון ייִדן אין ישראל, אין ייִדישן לאַנד. וואָס שײַך גוייִשע אַנטיסעמיטן, פֿלעגן זיי תּמיד אָפּשפּאָטן פֿון ייִדישע זעלנער. ייִדישע זעלנער פֿלעגן זיך אויסצייכענען אין די אייראָפּעיִשע אַ רמײען, בפֿרט אין אַמאָליקן פּוילישן מיליטער. אין פּילסודסקעס לעגיאָנען אין דער מלחמה קעגן די באָלשעוויקעס אין 1920 האָבן ייִדן פֿאַרנומען אַן אָנגעזען אָרט, אויך אין די אָפֿיצירן־שיכטן. און דאָך - פֿלעגן פּוילישע זעלנער זען אין זייערע ייִדישע מיטקעמפֿערס טויגענישן און לאַסטן און זיי פֿלעגן פֿון זײ אָפּשפּעטן. מיר זענען געוווינט געווען צו הערן פֿון גוייִם, אַז ייִדן טויגן נישט צו האַלטן מלחמה און דרייען זיך פֿון איר אַרויס. אָבער צו הערן ענלעכע פֿאָרוווּרפֿן פֿון יידן, אַז 6 מיליאָן זענען געגאַנגען צום טויט "ווי שאָף צו דער שחיטה", טוט שטאַרק וויי און, ס'פֿאַרלאַנגט זיך עס אָפּצוּוואַרפֿן, מיט דערווידער, מיט באַווײַזן. באַקענענדיק זיך מיט די סטאַטיסטישע אָנגאָבן אין די זאַמלונגען פֿון "יד־ושם" וועגן ייִדישן אָנטייל אין די אַליאירטע אַרמייען אין דער מלחמה קעגן די נאַציס, האָט זיך פֿאַר מיר געשטעלט אַ בילד, אַז אין פֿאַרגלײַך צו זײער צאָל אויף דער וועלט (פֿון פֿאַר דער מלחמה) האָבן ייִדן אַרויסגעגעבן אַן
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען