![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
געשטאָרבן דער פּובליציסט יוסף ליפּסקי אין עלטער פֿון 103 יאָר
דער װעטעראַן פֿון די ייִדישע זשורנאַליסטן אין ישׂראל, יוסף ליפּסקי, איז געשטאָרבן אין תל־אָבֿיבֿ אין עלטער פֿון 103 יאָר. מיט דרײַ יאָר צוריק האָט דער ייִדישער שרײַבער־און זשורנאַליסטן־פֿאַרבאַנד אָפּגעצייכנט אין לײװיק־הויז זײַן הונדערטסטן געבוירנ טאָג, און דער בּעל־יוֹבל האָט מיט זײַן לעבהאַפֿטיקן אויפֿטריט אַרויסגעװיזן אַ טיכטיקע לעבנסװירדיקייט פֿון אַ יונגן שעפֿערישן מענטש, דערצײלנדיק זײַן שטורמישע לעבנס־געשיכטע און זײַן װעג אין דער פּוּבליציסטיק. יוסף ליפּסקי איז געװען דער רעדאַקטאָר פֿון די ייִדישע קאָמוניסטישע צײַטונגען "פֿרײַ ישׂראל" און "דער װעג", װאָס זײַנען דערשינען אין די 50־ער ביז די 80־ער יאָרן אין ישׂראל. ער האָט געשריבן אַרטיקלען אין "מאָרגן־פֿרײַהײט", דעם אָרגאַן פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ער האָט באַדינט מיט זײַנע אַרטיקלען און פּאָליטישע באַריכטן די גאַנצע קאָמוניסטישע פּרעסע אויף ייִדיש איבער דער גאָרער װעלט, פֿון אַמעריקע ביז ביראָבידזשאַן. געבוירן אין 1906 אין דער שטאָט לויװיטש, אין פּוילן, װי דאָס עלפֿטע קינד אין זײַן משפּחה, איז ער אין זײַנע יוגנע יאָרן עטלעכע מאָל אָפּגעזעסן אין תּפֿיסה פֿאַר זײַנע קאָמוניסטישע אַקטיװיטעטן, און איז אין 1934 אַנטלאָפֿן קיין בראַזיל, װוּ ער האָט ממשיך געװען זײַן פּאַרטײיִשע טעטיקייט ביז זײַן אַריבערפֿאָר, אין 1949, קיין ישראל און דאָ אַנטװיקלט זײַן זשורנאַליס־ טישע אַקטיװיטעט. ער האָט זיך אויך אַקטיװ באַטייליקט אין װױלטעטיקע פּראָיעקטן פֿון הילף פֿאַר נויטלײַדנ־ דיקע קינדער. דעם 2־טן מײ איז ער געװאָרן באַערדיקט אין קיבּוץ תל־יוסף.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען