![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
19 ־טער אַפּריל – אין װאַרשע צום ערשטן מאָל אָפּגעצייכנט אָן מאַרעק עדעלמאַנען
"עס איז געווען אַזוי ווי ער האָט געוואָלט: הונדערטער יונגע מענטשן און געלע בלומען. בלויז ער האָט געפֿעלט: צום ערשטן מאָל האָבן מיר אָפּגעצייכנט דעם יאָרטאָג פֿון וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד אָן מאַרעק עדעלמאַנען" - מיט די דאָזיקע װערטער עפֿנט טאָמאַש אוזשיקאָװסקי, איינער פֿון מאַרעק עדעלמאַנס פּוילישע פֿרײַנד און פֿאַרערערס, זײַן באַריכט פֿון דעם אָנדענק־מאַרש, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין װאַרשע דעם 19־טן אַפּריל, אַ האַלב יאָר נאָך זײַן טויט (ער איז געשטאָרבן דעם 2־טן אָקטאָבער 2009). מאַרעקס יונגע פֿאַרערערס האָבן אָפּגעמערקט דעם יאָרטאָג פֿון דעם ייִדישן אויפֿשטאַנד אין װאַרשע לויט דער טראַדיציע, װאָס ער האָט אײַנגעפֿירט און אָפּגעהיט אין משך פֿון 25 יאָר. אָנהײבנדיק פֿון יאָר 1985 פֿלעגט מאַרעק עדעלמאַן יעדעס יאָר צום יאָרטאָג פֿון דעם העלדישן אויפֿשטאַנד, ניט װעלנדיק זיך באַטייליקן אין דעם אָפֿיציעלן צערעמאָניאַל פֿון דער קאָמוניסטישער מאַכט, אַדורכפֿירן אַ פּערזענלעכן אָנדענק־מאַרש פֿון דער סימבאָלישער מצבֿה פֿון זײַנע אומגעקומענע חבֿרים אויפֿן ייִדישן בית־עוֹלם אויף דעם יסורים־װעג דורך דעם "אומשלאַג־ פּלאַץ", ביז צום דענקמאָל פֿון די געטאָ־העלדן אין צענטער פֿון געװעזענעם געטאָ. אין די לעצטע יאָרן פֿלעגן זיך אַנשליסן צו אים זײַנע פֿרײַנד און פֿאַרערערס, װעלכע זענען געקומען אויך איצט, און דאָס מאָל שוין אָן אים, כּדי פֿאָרצוזעצן זײַן טראַדיציע, און אויף זײַן אוֹפֿן: זײַנע חברים האָבן אָרגאַניזירט אַן אומאָפּהעגיקן יאָרטאָג פֿון וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד - אַן אָנדענק־מאַרשרוט אָן דעלע־ גאַציעס און קרענץ, אָן רעדעס און אָן אַ מיליטערישער ערן־װאַך - גענוי אַזוי ווי עדעלמאַן פֿלעגט עס אַליין אַדורכפֿירן יאָר נאָך יאָר יעדן 19־טן אַפּריל. מאַרעק עדעלמאַן, דער לעצטער אָנפֿירער פֿונעם אויפֿשטאַנד - פֿלעגט נישט אָנטיילנעמען אין די אָפֿיציעלע מלוכהשע צערעמאָניעס, נאָר אַליין אָפּגעבן כּבוד זײַנע געפֿאַלענע חברים. פֿאַראַיאָרן איז ער געקומען צו פֿאָרן אויפֿן אינוואַלידן רעדער־שטול. דעם לעגענדאַרן קאָמאַנדיר האָבן אַרומגערינגלט יוגנט, וועלכע האָבן צוזאַמען מיט אים זיך געלאָזט גיין אויפֿן יסורים־וועג צום אָנדעק פֿון ייִדישן קאַמף און פּײַן - צום דענקמאָל פֿון אומשלאַגפּלאַץ (פֿאַראַיאָרן האָט עס בײַ אונז אין די "לעבנס־פֿראַגן" באַשריבן אונדזער מיט־ אַרבעטער ח' מאַיוס נאָװאָגרוּדזקי,, מאַרעקס אַ חבר פֿון דער שול־באַנק אין דער ייִדיש־װעלטלעכער ציש"אָ־ שול אין אַמאָליקן װאַרשע. ער איז געקומען פֿון ניו־יאָרק אים באַזוכן און האָט אים באַגלײט אויף זײַן לעצטן אָנדענק־מאַרש אַ האַלב יאָר פֿאר זײַן טויט - ל"פֿ). װי עס באַשרײַבט איצט מאַרעקס פּוילישער פֿרײַנד אין דער װאַרשעװער " Gazeta Wyborcza ” דעם אָנדענק־ צוג אָן מאַרעקן, זײַנען עטלעכע הונדערט יונגע מענטשן זיך צוזאַמענגעקומען בײַ זײַן קבר אויפֿן גענשער ייִדישן בית־עולם אויף אָקאָפּאָווע גאַס. אַרום זײַן קבֿר, וואָס איז פֿאַרזײַט מיט געלע בלומען קאָרנשװעסטערלעך, און אַ קלאָגנדיקע ווערבע אָנשטאָט אַ מצבֿה, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט גאַנצע קלאַסן שילער צוזאַמען מיט זייערע לערערס. לויט די גרינע היטעלעך האָט מען געקענט באַמערקן, אַז זיי זענען שילער פֿונעם ליצײ אויפֿן נאָמען פֿון יוזעף פּאָניאַטאָווסקי. פֿון אַ צװײטן ליצײ א"נ פֿון קלעמענטינאַ האָפֿמאַן זענען געקומען בערך הונדערט שילער פֿון דרײַ קלאַסן, אויפֿן פאָר־ שלאַג פֿון דער לערערין פֿון מאַטעמאַטיק. "קיינער האָט זיך נישט אַרויסגעדרייט, וואָרעם מיר ווייסן ווער עס איז געווען מאַרעק עדעלמאַן און מיר אַלע קענען דאָס בוך פֿון אַננאַ קראַל Zdążyć przed panem Bogiem " " - האָט געזאָגט איינע פֿון די שילערינס. פֿונעם בית־עלמין זענען אַלע אַוועק מיט דער אַניעלעוויטש־גאַס (אַמאָליקע גענשע) צום דענקמאָל פֿון די געטאָ־העלדן. מאַנכע האָבן געטראָגן בינטלעך געלע טוליפּאַנען און נאַרקיס־בלומען - װי דעם סימבאָל פֿונעם אָנדענק פֿון די קעמפֿער אין וואַרשעווער געטאָ. נאָכן פֿאַרענדיקן דעם אָפֿיציעלן אָנדענק־אַקט בײַם דענקמאָל פֿון די געטאָ־העלדן, איז דער מאַרש אַוועק צום דענקמאָל בײַם אומשלאַג־פּלאַץ און אויפֿן וועג זיך פֿאַרהאַלטן בײַם אָנדענק־שטיין לזכר אַרטור זיגעלבוים- וווּ פּוילישע און ווײַסרוסישע יוגנט האָט געזונגען דעם בונדישן הימן, דערנאָך בײַם מרדכי אַניעלעוויטש־בערגל, וווּ אַלינאַ שווידאָווסקאַ - אַ טאָכטער פֿון עדינה בלאַדי־שווײַגער, די דאָקטערין אין וואַרשעווער געטאָ - האָט אויפֿגעזונגען אייניקע געטאָ־לידער. - "פֿון 1985 בין איך יעדעס יאָר אַהערגעקומען מיט מאַרעק עדעלמאַנען. די גרעסטע צאָל מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין יאָר 1988, װען די 'סאָלידאַר־ נאָשטש', האָט אָרגאַניזירט די יערלעכע מאַניפֿעס־ טאַציע, באַטאָנענדיק, אַז דער אָפֿיציעלער צערעמאָניאַל איז געוואָרן צוגעגרייט דורך דעם קאָמוניסטישן רעזשים פֿון גענ' יערוזעלסקי. אויף דעם מאַרש איז געווען בלויז איין פֿרײַנדשאַפֿטס־פֿאָן - די פֿאָן פֿון דעם ליצעאום אויפֿן נאָמען פֿון יאַנעק ביטנאַראַ "רודי" אין לאָדזש. ד"ר מאַרעק עדעלמאַן האָט געוווינט אין שכנות פֿון דער דאָזיקער שולע". דער באַריכט פֿון טאָמאַש אוזשיקאָװסקי איז דערשינען אין דער װאַרשעװער "Gazeta Wyborcza" צומאָרגנס, דעם 20־סטן אַפּריל 2010.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען