![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
מאַניפולאַציעס - אָנשטאָט פּראָװאָקאַציעס
גענוי מיט אַ יאָר צוריק, אין "לעבנס־פֿראַגן" פֿון מײ־יוני 2009, האָבן מיר טיטולירט דאָס לײט־ אַרטיקל מיטן קעפּל: "נתּניהוס יאָ און נײן". דאָס איז געװען נאָך נתניהוס רעדע אין בר־אילן אוניװערסיטעט, װוּ דער נײַ־געװײלטער פּרעמיער פֿון ישׂראל האָט - נאָך פֿיר חדשים פון זײַן ישוב הדעת און שװערע ראַנגלענישן מיט זיך און מיט זײַן אידעיִשן געװיסן - אַרויסגעפּרעסט פֿון צװישן זײַנע ליפּן די צװײ פֿונדאַמענטאַלע װערטער: "צװײ מדינות פֿאַר די צװײ פֿעלקער". דאָס איז געװען דער ענטפֿער פֿון מדינת ישׂראל אויף דער פֿאָדערונג - און אונטער דעם דרוק - פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן, אויסצודריקן זײַן הסכּמה פֿאַר אַ פּאַלעסטינער מדינה אין שכנות מיט מדינת־ ישׂראל. און דער באַטײַט פֿון די צװײ װערטער איז געװען - און איז װײטער געבליבן - אַז די מדינה אונטער דער אָנפֿירונג פֿון "ליכוד" זאָגט זיך אָפּ פֿון דער אָקופּאַציע פֿון דעם מערבֿדיקן ברעג, פֿון דער קאָלאָניזאַציע פֿון די דאָזיקע שטחים און פֿון איר פּרינציפּיעלער ביז־איצטיקער קעגנערשאַפֿט צום אויפֿשטעלן בײַ איר זײַט אַ פּאַלעסטינער מדינה, װאָס דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט זיך אונטערגענומען צו העלפֿן שאַפֿן אין משך פֿון די נאָענטסטע צװײ יאָר. עס האָט אָבער געמוזט נעמען נאָך אַ האַלב יאָר פֿון אַן אויפֿהערלעכע פּאָליטישע מאַנעװרן און פּראָװאָקאַציעס, אַז דער פּרעמיער נתּניהו זאָל אײַנגיין אויף דעם אַמעריקאַנער פֿאָרשלאַג װעגן עפענען אומדירעקטע פֿאַרמיטלונגס־געשפּרעכן, װאָס זאָלן נאָך פֿיר חדשים זיך פֿאַרװאַנדלען אין דירעקטע אונטערהאַנדלונגען. און אין משך פֿון צען חדישם זאָל "פֿאַרפֿרירט" װערן דער בוי אויף די שטחים פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע. מיט אָט דעם אַקט איז פֿאַקטיש געװאָרן "אײַנגעפֿעדעמט" דער נײַער פּרוּװ צו באַנײַען דעם שלום־ פּראָצעס, בײַ דעם קעגנזײַטיקן אומװילן פֿון בײדע צדדים, אָבער צום ערשטן מאָל אונטער דעם אָפֿיציעלן "הכשר" מצד דער אַראַבישער ליגע, און אונטערן דרוק פֿון דער אַטאָמישער געפֿאַר מצד דעם דראָענדיקן כּוֹח פֿון איראַן. אונטער פֿאַרשײדענע תירוצים און אויסרײדן האָט אָבער די רעגירונג פֿון ישראל געטאָן אַל דאָס מעגלעכע כּדי צו סאַבאָטירן דעם באַנײַטן שלום־ פּראָצעס נאָך איידער ער האָט זיך אָנגעהויבן. אײַנגייענדיק, אונטערן שטאַרקן דרוק פֿון װאַשינגטאָן, אויף דער "פֿאַרפֿרירונג" פון דעם בוי אויף די "שטחים" האָט נתניהו צוגעזאָגט די קאָלאָניסטן, אַז װי נאָר די צען חדשים װעלן אַריבער, װעט ער דעם בוי צוריק באַנײַען "מיטן גאַנצן שװוּנג". אָבער דער אינערן־ מיניסטער אלי ישי האָט אויף דעם נישט געװאַרט, און האָט שוין דעם ערשטן טאָג באַשטעטיקט דעם בוי פֿון 1600 דירות אין מזרח־ ירושלים בעת דעם באַזוך פון דעם אמעריקאַנער װיצע־פּרעזידענט אין ישראל, אַרויסרופֿנדיק דעם ערשטן קריזיס, און דאָס זעלבע האָט זיך איבערגעחזרט אויך איצט, אין "טאָג פֿון ירושלים", װען דער זעלבער אלי ישי פון ש"ס, ליבערמאַן פֿון "ישראל ביתנו" און דער פּרעמיער נתּניהו אַלײן האָבן פֿאַרזיכערט, אַז אין ירושלים - אין זיין אַנעקסירטן טײל - איז דער בוי נישט געװאָרן אָפּגעשטעלט, טראָץ זײַן געהײמער פֿאַרפֿליכטונג פֿאַר פּרעז' אָבאַמאַ, און דער פּאָליצײ־מיניסטער אַהרונאָװיטש האָט אָנגעזאָגט צוצוטרעטן "שוין מאָרגן" צום צעשטערן די אומגעזעצלעך אויסגע־ בויטע הײַזער פֿון אַראַבער אין מזרח פֿון ירושלים.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען