![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
װעגן די ראַדיאָ־אוידיציעס פֿון לאה שלאַנגער
שמעון וואַקס, נצרת עלית
זײענדיק דאָ, אין נצרת עלית, אָפּגעריסן פֿון דער ייִדיש־קולטור און פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה פֿון תל־אביב, ירושלים און די אַנדערע צענטערס פֿון לאַנד, הער איך זיך צו יעדן שבּת אינדערפֿרי צו די רוסישע ראַדיאָ־פּראָגראַמען פֿון "רעקאַ", און דורך זיי האָב איך די געלעגנהייט זיך מחיה צו זײַן מיט די פּראָגראַמען פֿון ייִדישן געזאַנג, װאָס עס דערלאַנגט אונדז די באַגאַבטע זינגערין לאה שלאַנגער. אויב איך װיל הערן אַ ייִדיש קינסטלעריש װאָרט און אַ גוט ייִדיש ליד, אַזוי װי עס דערלאַנגט עס לאה שלאַנגער, מוז איך אָנקומען צום "חסד" פֿון די רוסישע פּראָגראַמען פֿון "רקע", װײַל די טעגלעכע ייִדיש־אוידיציעס זײַנען ערגעץ ארײַנגעשטופּט און פֿאַר־ שטויסן צװשן די רוסישע און אַנדערע פֿרעמד־ שפּראַ־ כיקע פּראָגראַמען און האָבן נישט קיין סטאַבילן און זעלבשטענדיקן "אַדרעס" מען זאָל זײ קענען געפֿינען און הערן, און אויך הנאה האָבן אויך אין מיטן דער גרויער װאָך. שמעון וואַקס, נצרת עלית
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען