![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
קבלת־פּנים פֿאַר אַל. שפּיגלבלאַט
אַ ליטעראַרישער פֿרימאָרגן מיט אַ װאַרעמען סאַליוט פֿאַר דעם שרײַבער, דיכטער און עסעיִסט אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט, איז דורכגעפֿירט געװאָרן דורך דעם קולטור־קרײַז דעם 27־סטן יאַנואַר צום דערשײַנען פֿון זײַן נײַער לידער־זאַמלונג א"נ "געטוּנקען אין האָניק־צער". צו דער באַגעגענישן מיטן דיכטער איז געקומען אַ גרויסער עוֹלם פֿאַרערערס, װאָס צו זײ געהערן אויך די חבֿרים פֿון דעם קרײַז. מיט קורצע, אָבער דורכדרינגלעכע אָפּשאַצונגען פֿון דעם דיכטערס שאַפֿן זײַנען אַויפֿגעטראַטן דער רעדאַקטאָר פֿון "טאָפּלפּונקט" ישׂראל רודניצקי און פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָװערשטערן, און די דיכטערין רבקה באַסמאַן האָט אירע לויבװערטער פֿאַר איר פּען־קאָלעגע אַרײַנגעפֿאַסט אין אירע רבֿקה־באַסמאַנישע פּאָעטישע סטראָפֿעס. אין קינסטלערישן פּראָגראַם האָט דער מוזיקער און פֿאָרזיצער פֿון ייִדישן שרײַבער־פֿאַרבאַנד דניאל גלאי אויפֿגעשפּילט אויפֿן קלאַװיר איינע פֿון זײַנע קאָמפּאָ־ זיציעס, דער פֿידלער מַני נאַדעל האָט אויסגעפֿירט לײַכטע און קלאַסישע מוזיק, און אונדזער שוראַ גרינהויז־טורקאָװ האָט געלייענט פֿון שפּיגלבלאַטס לידער. צום סוף האַט דער מחבּר אַלײן אין זײַן דאַנקװאָרט געלייענט אײניקע פֿון זײַנע לידער געטונ־ קענע אין האָניק־צער, פֿון װעלכע דער עוֹלם האָט געלעקט די פֿינגער פֿון דעם דיכטערישן האָניק־טעם. *
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען