אויפֿן נאָמען פֿון איציק מאַנגערס באַרימטן ליד איז דער רעציטאַטאָר, זינגער און דערצײלער אַריה פֿירסטנבערג פֿון ירושלים אויפֿגעטראָטן מיטװאָך דעם 13־טן יאַנואַר פֿאַר דעם קולטור־קרײַז פֿון אַרבעטער־רינג אין תל־אבֿיבֿ מיט זײַן מאַנגער־ פּראָגראַם, אין װעלכן ער האָט דערצײלט װעגן איציק מאַנגערן און װעגן זיך: װעגן זײַנע אויפֿטריטן אין לאַנד און אין פּוילן, זײַנע באַגעגענישן און באַזוכן, און האָט אין זײַן דערצײלן אַרײַנגעפֿלאָכטן לידער און רעציטאַציעס פֿון דעם גרויסן ייִדישן פּאָעט.
מיט אַן אַרײַנפֿיר־װאָרט, אין װעלכן ער האָט דערצײלט װעגן די טעטיקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים, איז אויפֿגעטראָטן דער שרײַבער משה דוד חייט (אויפֿן אָרט פֿון דעם פֿאָרזיצער פֿון דער געזעלשאַפֿט, מרדכי דוניץ, װעלכער האָט צוליב אַ געזונטהײט־סי בה נישט געקאָנט קומען). מיט מאַנגערס און אַנדערע לידער איז אויפֿגעטראָטן דער מיכאל קלעפּפֿיש־כאָר בײַם אַרבעטער־רינג אונטער דער לײטונג פֿון עליזה בלעכעראַװיטש. בײַם סוף פֿון דער באַגעגעניש פֿון די מיטגלידער פֿונעם תל־אַבֿיבֿער קולטור־קרײַז מיט די חשובע געסט פֿון ירושלים האָט דער 98־יאָריקער סטענדאַפּיסט פֿון ייִדיש, אריה פֿירסטנבערג פֿאַרבעטן דעם עוֹלם צו זײַן הונדערטסן געבורטסטאָג װעלכן ער פּלאַנט צו פֿײַערן מיטן קולטור־קרײַז אין צװײ יאָר אַרום אין תּל־אבֿיבֿ.